עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

73 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1י' טס כסלו ה' אלפים, תהי' שנת ביאת משיח, שנת השמונים, לכבוד קדושת עד מה ושליטה.

2פארן מנהג

3ישראל, אז בשעת מ'בלייבט זיך צוזאמען צוליב א מאורע מסויים, צוליב א ספעציעלע געשעהניש, אף על פי וואס דאס איז ניט דעם ערשטן מאל, און ניט עטלעכע מאל, נאר א סך מאל,

4במילא איז דאך לכאורה פארשטאנדיק, און יעדערער ווייס די סיבה צוליב וואס מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן, ביחד עם זה איז דאך באוואוסט, לויט תורה תורת עונה הקדושה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים, הוראה בחיים אין טאג-טעגלעכן לעבן,

5אויף וויפל יעדער רגע פון זמן איז טייער, און דערפאר מוז מען אים אויסנוצן אין דעם בעסטן אופן און אין א שלימות'דיקן אופן, און ניט חס ושלום ער זאל אוועקגיין אויף א ”ענין ללא תועלת” וואס איז ידוע ומפורסם בלאו הכי,

6בפרט נאך א זמן וואס איז פארבונדן מיט א יום סגולה, וכידוע דער לשון פון סופו שאלות תשובות מן השמים בהנוגע צו י' טז כסלו,

7איז דאך דעמאלט דער זמן טייערער נאך כמה פעמים ככה.

8ביחד עם זה, אז זמן איז דאך אויך פארבונדן מיט מקום, אז מ'געפינט זיך אין א ”מקום שמגדלין בו תפילה” וואס מ'דאוונט דארטן און מגדלין בו תורה וואס מ'לערנט דארטן שיעורי תורה, ותורה ברבים,

9איז דאך דאס אלץ מערער מגדיל אין חשיבות פון יעדער רגע, וביחד עם זה אין חשיבות פון יעדער דיבור, וואס א דיבור האדם איז אף על פי וואס לכאורה איז דאך דא נאך א גרעסערע זאך און א שטארקערע זאך, על פי תורה, דער ענין המעשה,

10געפינט מען דאך אבער, אז דער גאנצער 'סדר השתלשלות' איז ”בעשרה מאמרות נברא העולם”, דער גאנצער ענין התורה איז כלול און האט זיך אנגעהויבן און איז נכלל אין עשרת הדברות, און דערנאך זאגט מען, אז דאס איז אן ענין אין תורה, א סיפור אין תורה איז דאס אויך א הוראה,

11אויף באווייזן די טייערקייט פון יעדער דיבור פון א אידן, ביז אפילו דיבור סתם בעולם, וואס א איד דארף זיך דאס משתדל זיין, אז דער גאנצער העולם כולו, און ווי חז זל דריקן זיך אויס איז יעדער ענין אין א דיבור מצומצם,

12וואס איז א ”מועט מחזיק את המרובה” אז לו ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה וואס דאס גייט דאך סיי ווי פשטות פון דעם מאמר חז"ל אויף די נבראים,

13וואס אין דערויף איז אויך נכלל אויף יעדער רגע אין זמן און יעדער נקודה אין מקום, איז לו ברא חס ושלום לבטלה,

14און אייגעטלעך איז דאך דאס א דבר המוכרח, אן ענין המוכרח אין שכל הפשוט, וויבאלד אז יעדער זאך איז באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן אליין, וואס ער איז דאך דער איין און איינציקער בורא פון ”כל פרט ופרט”, סיי פון נבראים סיי פון זמן סיי פון מקום, וואס דאס איז דאך אויך נבראים,

15איז דאך פארשטאנדיק במכל-שכן וקל-וחומר פון א מלך בשר ודם, איז מכל-שכן וקל-וחומר פון א בעל שכל בכלל, אז ער וועט ניט טאן קיין ענין לבטלה, אז טוט א זאך איז דאס פארבונדן מיט שכל וכיוצא בזה, מיט עפעס א טעם,

16ווי דערפון אויך מוכרח בנוגע לכל נקודה פון מקום, ולכל רגע פון זמן, און במילא אויך ווי אזוי ס'דארף זיין א הנהגה פון א אידן, וואס ”אני לא נבראתי אלא לשמש את” קוני אז ס'דארף זיין ”ועמך כולם צדיקים”

17זאל זיין ”צדיקים דומין לבורא” מהו רחום אויף אתה רחום ועל דרך זה בשאר הענינים, וואס דערפאר איז דאך יעדער רגע פון זמן און יעדער ענין פון פעולת האדם דיבור, על אחת כמה וכמה מעשה,

18ועל אחת כמה וכמה מחשבה, וכידוע די טייערקייט פון מחשבה, און די זהירות וואס ס'דארף זיין במחשבה, נאך מערער אפילו ווי אין דיבור און מעשה, ווי דער רמב"ם איז מבאר אויך אין הלכות תשובה, אז דער 'ענין התשובה' איז ניט ווי די וואס רעכענען אז ס'איז מערניט ווי אויף מעשה,

19נאר דאס איז נאכמער נוגע בנוגע צו דיעות, וואס דאס איז דער ענין המחשבה, און דערנאך קומט די מחשבה ארויס בדיבור,

20וואס על פי כל האמור איז דאך לכאורה א פלא גדול ביותר אויף דעם מנהג הפשוט, אז אין יעדער ענין וואס איז פארבונדן מיט א מאורע האט תורה איינגעשטעלט, און האט געמאכט דערפון א מצות עשה מן התורה, אנהויבנדיק פון ”ראש לרגלים”, וואס דאס איז דער חג ”הפסח, המצוה לספרי ביציאת מצרים”,

21און מ'זאגט גלייך, אז אפילו אז ”כולנו חכמים וכולנו נבונים” און ”כולנו יודעים את כל התורה כולה איז מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים”,

22וואס דערפון פארשטייט מען בהנוגע צו שאר ענינים, וואס בכללות איז דאך דער כל התורה ומצוותי פארבונדן מיט ”זכר ליציאת מצרים”, ווי ער איז מאריך אין ספר החינוך און נאכמערער אין ספרי מוסר והחסידות,

23איז אויך איינגעשטעלט געווארן אז די הימים האלו בלשון הכתוב זאלן זיי זיין נזכרים, וואס דאס איז דאך פארבונדן בפשטות מיט מצות קריאת המגילה, א מצוה בדיבור דוקא,

24וואס לכאורה האט דאך דאס אינגאנצן קיין הסברה ניט ובפרט נאך די הדגשה, אז אפילו כולנו יודים ”את כל התורה כולה” מוז מען אפגעבן צייט, און ניט סתם צייט נאר בריבוי, ”כל המרבה הרי זה משובח”,

25אויף לספר אין דעם ענין מיט וועלכן דער מאורע און די צוזאמענקלייבן זיך אדער די אנדערע פרטים הימים אדער היום זיינען פארבונדן.

26איז דאך דער ביאור בזה אין דעם פסוק עצמו, אז מ'זאגט אז ”הימים האלו נזכרים ונעשים” אז בשעת ס'איז דא נאכאמאל דער דיבור בפועל, איז אט דעמאלט פועל"ט אז ס'זאל אויך זיין ונעשים אז ס'ווערט דער ענין קומט אראפ אויך אין עשי ווארום יעדער זאך וואס א איד טוט,

27כמדובר לעיל, האט דאך דאס אין זיך א כוונה וטעם, און די כוונה וטעם העיקרי והכללי און צד השוה שבכולם איז דער ”לשמש את קוני”, וואס תורת חיים זאגט אז ”המעשה הוא העיקר” אז דער שימוש הקונו דארף אויך אראפקומען אין מעשה,

28איז כדי ס'זאל זיין זיכער אז ס'וועט אראפקומען אין דעם ונעשים און אז דאס וועט אראפקומען אין 'תכלית השלימות' קען מען ניט יוצא-זיין דער ניט וואס ער האט דאס גערעדט וועגן דערויף פאראיארן אדער מיט א זמן צוריק.

29מ'קען ניט יוצא-זיין אפילו ווען ער וועט דאס איבערטראכטן במחשבה, אפילו אין א מחשבה וואס ”יתקע מחשבתו בחוזק”.

30דאס מוז אראפקומען אין א מעשה זוטה, על כל פנים דער ענין הדיבור.

31און בשעת ס'איז דא דער נזכרים בדוגמא אז דער דיבור ברענגט צו זכרון אמיתי, בדוגמא וואס די קריאת המגילה, וואס אויף דערויף שטייט דאך דער ענין פון ”הימים האלו נזכרים” אז דאס מוז געלייענט ווערן, ובדיבור,

32אין קריאת המגילה, איז אט דעמאלט איז מען זיכער און דאס פועל"ט, אז ס'ווערט דער ונעשים אין 'תכלית השלימות', על כל פנים לפי מצב ומעמד פון בהוה פון דעם טאג,

33ווען מ'איז דאס מזכיר בדיבור, און דערנאך, אז מ'ווערט עלטער און ס'קומט די צווייטע מאל די התוועדות אדער כיוצא בזה,

34איז אט דעמאלט איז דאך יעדער איד דארף דאך זיין א מהלך, ווי מ'זאגט דאך אין דעם סיום פון מסכתא ברכות, אז ”תלמידי חכמים אין להם מנוחה” ”ילכו מחיל אל חיל”, און מ'פארבינדט דאס מיטן פסוק, און מ'לערנט דאס אפ פון פסוק,

35פון ”בכל בנייך לימודי הוי” וואס דאס גייט דאך אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, אז 'אין להם מנוחה', ביז אז דאס ווערט א דין אין שולחן-ערוך, אז ”כל מעשיך יהיו לשם שמים” וואס דאס איז דאך כולל דער לשון מעשיך אין דעם סעיף זה לאו דוקא מעשה, נאר אויך דיבור, אויך מחשבה,

36אויך אויסניצן יעדער רגע און יעדער פרט פון זיינע כחות, אויף ”לשמש את קוני” איז אט דעמאלט וועט ער ווערן עלטער, וועט ער גיין מחיל אל חיל וועט ער דארפן נאכאמאל דערמאנען בדיבור, ווארום דעמאלט ווערט פון אים פארלאנגט נאכמערער נעשים ווי ס'איז געווען בפעם שעברה.

37ביז ”המעשה הוא העיקר” איז דאך א 'כלל גדול בתורה', ”ואהבת לרעך כמוך” ובהדגשה דוקא כמוך.

38בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען איז דאס דעמאלט נאך נוגע צו כל המתעספים, אז מ'זאל נאכאמאל איבערזאגן בדיבור, על כל פנים די נקודת עיקרית פון דער סיבה צוליב וועלכע מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן.

39וכמדובר, דאס איז ניט חס ושלום אז דערפאר וואס ס'פעלט איינעם בידיע, נאר אדרבא אז מ'איז בחזקה אז מ'ווייס ”כל התורה כולה” דעם גאנצן תוכן פון אט דעם ענין מיט די מאורע,

40ביז אין אן אופן פון דעם כופל כל כולה, ווי דער טעת טייטשט דאס אפ אז דאס איז מדייק אז דאס איז ניט רובו נאר דאס איז כולו ממש, אף על פי וואס רוב איז דאך אויך ככולו, איז אף על פי כן, אז מ'זאגט דאס נאכאמאל בדיבור גייט דאס ארויס אין אויר העולם,

41און דער דיבור, ווי יעדער דיבור וואס איז פארבונדן מיט אידישקייט, זאגט דאך די גמרא אין עירובים, אז ”ארוכה בכל רמ חוברים” איז אט דעמאלט הרי היא שמורה,

42אז דאס איז א דיבור מיט א חיות וואס איז כולל און זיך און נעמט פון דעם חיות פון כל רמ' אברים שלו, און דערנאך איז שומע אויך כאמר וכאינו אז דער שומע איז זיך אויך משתדל על היסוד פון ”קבל את האמת ממי שאמרו”, אז ס'איז גאר ניט קיין אונטערשייד ווער דער זגער איז,

43אויב דער ענין איז אן אמת נעמט מען אן דעם ענין, דערפאר וואס ער איז אן אמת, און יעדער אמת איז דאך מאמיתת המצאו ”נמצאו כל הנמצאים” יעדער ענין פון אמת איז פארבונדן מיט ”חותמו של הקב"ה אמת”, איז דאס דברי הקב"ה בתורתו הקדושה, וואס דאס איז א תורה נצחית,

44און ווי דער בעל הגאולה שרייבט אויך אין דער התחלה און דעם שער פון ספרו התניא קדישא, אז ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” דאס איז ניט שווער,

45ואדרבא דאס איז גאר קרוב און ס'איז 'קרוב אליך' און ס'איז 'קרוב מאוד' סיי במחשבה סיי בדיבור סיי במעשה, ווי די דריי לשונות, ”בפיך ובלבבך לעשותו”.

46און די התחלה בזה איז, בפיך, אז ס'הויבט זיך אן פון דיבור, וואס דאס איז נאכמער מעורר, ”קול מעורר הכוונה”, נאכמער מעורר דעם בלבבך קומט דאס נאכמערער ארויס אין לעשותו, אין עשי' בפועל.

47על דרך זה אויך בהנוגע למיאורע פון יום סגולה זה, וואס נקודתו איז דאך, אז דער אלטער רבי, דער בעל התניא, פוסק בנסתר בפנימיות התורה והשולחן ערוך פוסק בנגלה דתורה,

48וואס ביידע זיינען זיי דאך א חלק פון תורה נצחית, און א חלק פון תורת חיים, הוראה בחיים כמדובר לעיל, איז געווען במאסר, און האט געוואוסט,

49אז די פעולות זיינע און די ענינים זיינע זיינען עלול צו ברענגען צו א מאסר, וואס ס'איז דאך געווען א מאסר פארבונדן מיט ”חיי נפשו ממש”,

50ס'איז דאך געווען די מעגלעכקייט פון דער גזירה איז דאך אויך געווען עד היפך החיים ממש, האט דאס אים ניט אפגעשטעלט אויף טאן, און טאן אויך אין אן אופן אז דאס זאל נתפשט ווערן באופן דעם הולך ומוסיף ואור בכל מקום שידו מגעת, וויסנדיק, כאמור,

51אז דאס איז פארבונדן מיט סכנת נפש ממש, ביז וואנענט אז ס'איז טאקע געקומען בפועל, דער מאסר בפועל פון דער מלוכה אדירה, וואס בכל שאר הענינים איז ”דינא דמלכותא דינא” א דין אין תורה,

52ביחד עם זה אבער, איז בשעת דאס איז פארבונדן מיט אידישקייט, איז כידוע דער ווארט פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, בשם פון זיין פאטער, וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום,

53אז א נשמה איז קיינמאל ניט געגאנגען אין גלות און אין זאכן פארבונדן מיט אידישקייט איז קיינער קיין באלעבאס ניט אויף אידן און אידישקייט.

54וואס על דרך זה שטייט דאס בהדגשה אין דעם יום זה, וואס דאס איז דער יום הגאולה, וואס דאס איז דאך שייך צו זאגן דוקא לאחרי מאסר, וואס דער מסר איז געווען דורך דערויף וואס ער האט געטאן אין הפצת היהדות בכלל,

55און הפצת התורה במיוחד, און הפצת התורה אין 'שני אור', סיי אין תורת הנגלה סיי אין 'פנימיות התורה', כמבואר בארוכה פון אונזערן נשיאים, אז דאס איז מרומז בשמו 'שני אור', און אין אן אופן פון די 'שני אור',

56איז ניט דאס איז צוויי באזונדערע זאכן חס ושב ו, נאר דאס ווערט איין און איינציקער נאמען, ווי דער דין איז אין ”תורת אמת”, אז 'שני אור' איז א ”שם אחד”, וואס ער האט אין זיך אבער דעם פירוש, אז ער איז געמאכט געווארן פון 'שני אור', וואס מ'האט זיי געמאכט אן איין און איינציקע זאך,

57און נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער מעשה און דורכגעגאנגען דער גן ימים און ווי חסידים דערציילן, אז דאס איז די נ' ג' ימים וואס ער איז געווען במאסר, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט די נ' ג' פרקים אין תניא,

58וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט גן, וואס באתי לגני וואס יעדער איד און אלע אידן זיינען דאך גנו של הקב"ה,

59האט מען געזען די תכלית הכוונה ווי זי איז ארויס בפועל ובגלוי, און טוב הנראה והנגלה, דער ענין הגאולה, ואדרבא נאך מיט 'יתרון האור' דוקא מצד דערויף וואס ס'קומט מתוך החושך, און יתרון החכמה אין הפצת התורה,

60די אמת"ע חכמה שבעולם, דוקא ווי דאס קומט מתוך הסכלות, פון דעם חושך פון סכלות וואס מ'האט מלשין געווען, און דערפאר איז מען געווען במאסר, וואס זייענדיק במאסר איז דאך לפי שעה געווען דער ענין פון העדר ההפצה,

61העדר הלימוד ברבים וכו איז קומען די גאולה וואס 'אור וחיות נפשנו ניתן לנו', כידוע דעם מכתב הידוע בנוגע צו יט' כסלו.

62און דאס ברענגט אראפ, כמדובר, אז דורך דערויף וואס מ'דערמאנט על כל פנים אין נקודות עיקריות, אז דאס איז א טאג, און דערמיט איז פארבונדן דער צוזאמענקלייבן זיך מיטן מעשה וואס קומט על ידי הפעולות אין הפצת היהדות והתורה במיוחד, אן קיינע הגבלות,

63ניט רעכנענדיק זיך מיט קיינע מניעות ועיכובים, אפילו ביז סכנת נפשו ממש, טוט מען אין דערויף מיט א חיות, 'ובשמחה ובטוב' לבב, און מ'איז בטוח, אז ווי ס'איז געווען ”בימים ההם בזמן הזה”,

64אז לאחרי זה איז געווען די גאולה, ו”ביתר שאת וביתר עוז”, אין הפצת היהדות בכלל און הפצת התורה ומצוותי' במיוחד,

65על דרך זה איז אויך בזמן הזה פועל"ט דאס אז ס'זאל זיין דער ונעשים אז יעדערן, כל אחד ואחת, האנשים והנשים, און אויך הטף אין די ענינים וואס ס'איז שייך צו זיי,

66זאלן טאן בכל הענינים האמורים, אנהויבנדיק פון דעם דיבור אין דעם ענין המאסר והגאולה, און דערנאך קומט דאס אראפ בלבבך ולעשותו אז דאס זאל אראפקומען אין עשיות אין די ענינים אויף וועלכע דער בעל המאסר האט זיך מוסר נפש געווען,

67און מ'איז בטוח, אז די ידינו על העליונה מ'וועט זיכער מנצח זיין כל עניני מאסר וחושך וסכלות,

68ביז מ'וועט מנצח זיין דעם חושך הגלות, אף על פי וואס בעקבתא דמשיחא איז דאס א חושך כפול ומכופל נאך מערער וויפל ס'איז געווען מיט א טאג פאר דעם,

69עאכו"כ מיט עטלעכע טעג פאר דעם, ווי די גמרא זאגט אז אין לך כל יום ויום איז חס ושלום דאס ברענגט ניט קיין אראפגעפאלנקייט, נאר אדרבא דאס איז נאכמערער מוסיף אין דער שמחה פון דער גאולה ”בימים ההם בזמן” הזה,

70ומגלגלין זכות ליום זכאי אויף אננעמען החלטות טובות צוזאמען און פארבונדן מיט בפיך ובבבך לעשותו אין די אלע קוים און הוראות פון בעל המאסר והגאולה.

71און מ'האט די הבטחה, אז ס'וועט זיין דער נצחון גמור, בדוגמא ווי ס'איז געווען דעמאלט, ואדרבא מ'וועט נאך טאן נאכמערער און נאכמערער, ביז וואנענט ס'וועט בטל ווערן לגמרי, און ס'וועט מקויים ווערן דער יעוד פון ”קץ שם לחושך” פון דעם חושך הגלות הפרטי והכללי.

72און ס'וועט זיך גלייך אנהויבן דער ”מיד הן נגאלין” בלשון הרמב אם אין הלכות תשובה שלו, אז הבטיחה תורה אז בסוף גלותן ”ישראל ”עושין תשובה ומיד הן נגאלין”” די 'אתחלתא דגאולה'

73ובשעתא חדא וברגעא ”חדא וביומא חדא” אויך די כללות הגאולה און שלימות הגאולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ”ויולכנו קוממיות לארצנו”, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions