English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

28 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דעם אריין פסחים בשלום, כרגיל, ובפרט אז מ'געפינט זיך גלייך אויף מארגן, נאך דעם יום הגאולה, פון דעם נשיא הדור, פון דעם רבי'ן דעם שווער, וואס הנשיא הוא הכל. אונזער נאמען זיינער און די פעולה זיינער זיינער זיינער געווען פארבונדן מיט מחניס זיין שלום ביי אידן, און נאכמערער פועל זיין אויך שלום אין וועלט, דורך הפצת התורה והיהדות און תורת החסידות במיוחד, וואס תורה איז דאך ניתנה, ווי דער רמב אים ברענגט אראפ פון ספרא, אז תורה ניתנה לעשות שלום בעולם, איז דאך די אלע ענינים צוזאמען זיינען דאך מדגיש די התחלה פון אונזער טרעפן זיך איצטער מיט די

2ווערטער פון שלום און גלייך שלום עליכם אויסגעטייטשט במיוחד, אז דאס מיינט מען במיוחד אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, אנהויבנדיק פון די אידן וואס געפינען זיך דא אנשים נשים וטף, און כמדובר פארבינדט מען דאס אויך מיט פרשת השבוע, וואס אין דער שבוע איז דאך דא זיבן טעג, און היין געפינט מען זיך אין יום הרביעי פון דער וואך? איז דאס פארבונדן אין דער פרשה עצמה, אין חלק הפרשה, פון רביעי ביז חמישי, וואס דארט איז דאך אויך דער פסוק וואו ס'רעדט זיך במיוחד וועגן אידן, אז ווי זיי זעען אויס אידן, אפילו ווי זיי ווערן געזען פון א ניט-אידן, אבער דאס איז דאך אויך וואס ער האט געהאט מחזה אלקים יחזה, ער האט דאך געהאט דעם ענין פון נבואה, עד כדי כך ביז וואנענט אז דאס ווערט א הודעה אין תורה, און אויך א הוראה אין תורה, איז דאך אויך אין דעם חלק הסדרה פון היינטיקן טאג פון דער וואך, די סדרה פון דער וואך און דעם טאג פון דער וואך, איז דאס כמראש צורים ארנו ומגבאות אשורנו אז

3בשעת מ'גיט א קוק אויף אידן ווי זיי זיינען געווען פאנאנדערגעשפרייט אויף א שטח גדול פון ג'פרסא, אדער נאך מערער, ווי כמדובר ומסופר בכמה מדרשים, איז בשעת מ'האט אויף זיי א קוק געטאן, און מ'האט דאס דערנאך געדארפט איבערגעבן און דאס זאל בלייבן א זכרון לדורי דורות, ווי איז אויך אן ענין פון הוראה זאגט מען, אז מראש צורים אראנו ומגבאות אשורנו וואס אראנו און סיי אשורנו איז דאך דאס א לשון יחיד, און דערנאך איז מען גלייך ממשיך, אז מי מנה אפר יעקב און דער המשך בזה, אז דאס איז אן ענין וואס זיינען א ריבוי עצום, וואס דערפאר ווערן זיי אנגערופן בשם אפר,

4יעקב, על דרך ווי דער עפר איז דאך א דוקמא וואס ווערט געבראכט אין תורה בכמה מקומות, אז בשעת מ'פארגלייכט דאס צו עפר מיינט מען דאס אפר הארץ, וואס די פירורים די טיילן פון דעם עפר איז דאך א ריבוי עצום, און מ'זאגט, אז בשעת מ'האט געזעט דעם אידן אין דעם באשטימדון באגרענצטן שטח, האט מען אין דעם מצב אויך געזען, אז זיי זיינען א פאר ווי די דוגמא פון עפר, און גלייך אויסגעטייטשט, אז אף על פי וואס יעדערער פון זיי איז דאך א דבר חשוב ביותר, וואס דאס איז דאך דערפאר וואס ווי די תורה פסק'נט, אז קבוע לא בטל, יעדער מענטש, על אחת כמה וכמה אדם אדמה לאדרין, עם ישראל, איז דאך דאס חלק הוי'עמה, יעקב חבל נחלתו, איז זיי צוזאמען דערמיט אריבט זי אויך בגדר, און פארנעמט יעדערער פאר זיך גאר א חשב'ן ארט, וואס דערפאר איז דאס א דבר שבמנין, און אין מנין גופא איז דאך דא

5את כל שבמנין און נאכמערער את שבמנין איז דאס א דבר חשוב ביותר. וואס דערפאר איז פארשטאנדיק, אז ווי יעדער דבר חשוב איז מען דאך פארנומען, און ס'האט תחשיבות מיוחדה, על דרך וימינו מספר לכוכבים, אזוי ווי א כוכב איז דאך א דבר הכי חשוב א ביתו של הקב'ה וואס געפינט זיך בשמים ממעל, וביחד עם זה איז דאס אויך מאיר צו ארץ מתחת, אפילו בלילה, וואס דעמאלט איז ניטא דער שמש און ניט אלעמאל דא די לבנה, וכמדובר כמה פעמים איז דאך אבער כוכבים זיינען דאך אלעמאל בכמידיות, דא בשמש, און בשמש אין אזא אופן, אז כל העומד, אז יעדערער שטייט בארץ, און מערניט ווי עשר אל שמים ער הויבט אויף און גיט א קוק וואס טוט זיך אףם וואס טוט זיך בשמים זעט ער גלייך א ריבוי עצון אין כוכבים. וואס אף על פי וואס ווי געבראכט אין ספרים, איז דאך אויך דא א מספר לכוכבים, און ווי אויך פארשטאנדיק פון דעם פסוק מי מנה הפר יעקב,

6כוכבים איז גלייך דערביי אויך ערקלערט אין מדרש, אז דאס וואס ס'איז דא דער מספר לכוכבים, ווי אראפגעבראכט אין ספרים דעם מספר בדיוק, איז דאס מערניט ווען מ'רעכנט אויס און מ'ציילט די כוכבים הנראים וואס זיי ווערן געזען בעין גשמי, בעיני בשר, ריבוי כוכבים וואס מצד כמה סיבות, מצד דריחוק המקום אדער דקטנות שבהם וכיוצא בזה סיבות, איז דא א ריבוי כוכבים שלא בערך מערער פון מספר הכוכבים הנראים לעין. און דערביי זאגט מען אויך, אז ס'איז דאך א משל און א דמיון א פארגלייך וואס שטייט אין תורה, במילא איז דער פארגלייך אויסגעהאלטן אין אלע פרטים, אז על דרך זה איז בא יעדער אידן, אז אף על פי וואס אתם המעט מכל העמים על דרך וכוכבים זיינען דאך גאר קליין, משא'כ שמש וירח וכיוצא בזה,

7כמה וכמה דער גאנצער כדור הארץ אדער א טייל פון כדור הארץ איז צוזאמען דערמיט זאגט מען, אז דער אמת איז, און תורת אמת איז דאס מגלה, און דערציילט דאס בפרטיות, אז דאס איז אן ענין פון א מספר הכי גדול עד כדי כך, בדוגמא פון אפר הארץ וואס דא זעט מען דאך אפילו אנשים נשים און אפילו טף, פירורים, ווי אזוי טיילן פון הפר הארץ איז א ריבוי עצום, על דרך זה איז אויך עם בני ישראל, וואס עם בני ישראל ווערן אויך פארגליכן צו הפר הארץ, און צוזאמען דערמיט צו כחבי השמים לרוב וכלשון הקתר הידוע, און געבראכט בכמה מקומות. און דאס האט אויך א שייכות מיוחדה, להמוזכר לעיל, אז מ'געפינט זיך אין מוצאו, אין דעם המשך פון דער גאולה פון נשיא דורנו, וואס מ'האט געזען בגלוי ווי אזוי מ'האט אים ארויסגענומען פון מדידות והגבלות פון בית האסורים,

8און דאס איז געווען אויך א התחלה אויף ארויסנעמען אים פון מדידות און הגבלות פון דער גאנצער מדינה, האט זיך דעמאלט געפונען, און ער איז דערנאך געקומען צו פארן אין אן ארץ חפש, וואס דארט איז ניט געווען קיינע מדידות והגבלות בהנוגע לפעולותיו, אז ער האט געקענט טאן אלץ כפי העולה על דעתו וכפי העולה ברצוני וכפי חפצא, וכמדובר כמה פעמים, און דאס איז נתגלה געווארן, צי דאס איז געווען אלעמאל בשלימות, זאגט אויך ארויסגייענדיק, און האט געזאגט נאך פאר דעם ג'תמוז, וואס דאס איז דאך צען טעג צוריק פאר דעם יום הגיול, די י'ג'תמוז, און צען טעג צוריק פאר י'ד'ת תמוז, אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, האט ער דאך אויך דעמאלט געזאגט, געבראכט דעם ווארט, וואס דאס איז א תורה א הוראה פון זיין פאטער,

9איז געווען זיין בן יחיד ובמלא מקומו, אז דער גוף איז נאר אין גלות, משא'כן די נשמה איז מלכתחילה איז ניט געווען אין גלות, על אחת כמה וכמה מיט יעדער טאג וואס די נשמה געפינט זיך אין א גוף און זיך עוסק בענינה ובמילאי שליחותה, די שליחות פון דער נשמה איז דאך אויף מאכן דא למטה א דירה לו יתברך בתחתונים וואס דאס איז דאך די שליחות פון יעדער אידן, על אחת כמה וכמה די שליחות פון א נשיא בישראל, וואס ער ווערט דאך אויך אנגערופן בשם נשיא על שם וואס דאס איז אויפגעהויבן פון אלע מדידות והגבלות, וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט אין דעם ווארט נשיא, אז ניט נאר אויפגעהויבן לגבי דעם עם שסביבו, לגבי דעם מענטשן וואס ארום אים, נאר ער איז אויפגעהויבן לגבי דעם גאנצן ארום, ביז וואנענט אויפגעהויבן אפילו לגבי שמים וארץ וכל צבאיהם, איז דאך זייענדיק א איד איז ער דאך דער מושל ושולט, ביז וואנענט אז יעדער איד זאגט דאך, און

10חייב אדם לבוא, בשבילי נברא העולם, וואס דא איז דאך דער פירוש אין דעם העולם, שמים וארץ וכל צבאיהם, מיטן גאנצן סדר השתלשלות, איז דאס אלץ בשבילי נברא ובשבילי לשון יחיד, צוליב א יחיד בישראל, עאכו כמה וכמה ווען דער יחיד איז א נשיא, און ווי ברומז אויך במיוחד אין דעם נאמען זיינער, דער נאמען זיינער איז דאך דער ערשטער טייל פון דעם נאמען יוסף אז דאס איז בשעת מ'דערמאנט זיין נאמען אליין דערמאנט מען שוין, אז ענינו איז אויף צוגעבן און מוסיף זיין, און ניט סתם צוגעבן, נאר צוגעבן א זאך וואס וועט אויך ווערן יוסף הוי'לי בין אז דאס וועט ווערן ביז אין אן אופן פון א בן, און בין לשון יחיד, אין אן אופן פון א בן יחיד. און נאך מערער, ס'האט אויך די מעלה אז דאס איז בן אחר, אז דאס איז נתהפך געווארן מן הקצה אל הקצה, ביז וואנענט אז די מציאות וואס איז געווען לפני זה איז בדוגמא פון אחר לגבי א בן, וואס דער אחר קען דאך זיין אן אדם חשוב ביותר,

11קומט דאס ניט צו די חשיבות און תפיסת מקום וואס ס'האט דער בן באביו, ביז וואנענט די חשיבות וואס ס'האט יעדער איד, וואס מ'זאגט אויף זיי סיי אנשים סיי נשים וטף אז בנים אתם להוי'אלקיכם אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, און ביז וואנענט אז קטני קטנים און ביז וואנענט ביז גדולים גדולים איז יעדערער פון זיי איז ווי א בן יחיד, וכידוע דער משל און די תורה און די הוראה פון דעם בעל שם טוב בזה, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורך דעם בעל הגאולה פון יו די גמל תמוז. וואס פון יו די גמל תמוז גייט מען דאך גלייך אין דעם המשך שלו, וואס דאס איז י ד תמוז, וואס דאס איז בדוגמא פון אסרו חד, איז אויך י'ד'תמוז, אסרו חג הגאולה, וואס ס'איז דאך געווען אין י'ג'תמוז, בגבלו ממש, און התחלה בזה י'ב'תמוז, וואס דאס איז געווען און איז דאך דער יום הולדת פון דעם בעל הגאולה, איז ווערט דאס דערנאך נמשך און ס'האט דעם אסרו חג און אסרו חג באבותים אז דאס איז א שטארקער פארבונד

12מיט דעם טאג פון דעם חג, מיט דעם טאג פון חג הגאולה. און אויך א הקדמה צו דעם טאג וואס קומט לאחרי זה, וואס דאס איז דאך חמשה עשר אין חודש תמוז, וואס דעמאלט איז קיימא סיהרא באשלמותא וואס דאס איז דאך אויך א רמז אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, ווי מ'זאגט דאך אז אידן זיינען מונין ללבנה און זיינען דומין ללבנה, איז דאך סיי דער מנין ללבנה און סיי דער דמין פארגלייך צו דער לבנה, איז דאך דאס געזאגט געווארן אויך ובעיקר אויף יעדער אידן אלס א יחיד אדער א פרוי, בהנוגע אלס יחידה, ביז וואנענט אויף א קליין קינד, אלס א קליין קינד איז דאס אויך אן ענין פון קבוע, און אן ענין פון גדלות, און אן ענין פון חשיבות, צוזאמען דערמיט וואס ער הדא ונפשי כעפר לכל תהי,' וואס דאס איז דאך די התכונה פון אידן, אז זיי זיינען נמשלו לעפר הארץ, צוזאמען דערמיט וואס דער עיקר המשל איז דאך וואס לא ימנה מרוב, ווי דערמאנט פריער, איז דאס אויך, אז דורך דערויף וואס זיי זיינען בעבודתם שטייען זיי אין א מעמד ומצב פון ביטול אמיתי, און אין ביטול אמיתי צו דעם אמת'קייט,

13פון דער וועלט, וואס די אמת'קייט אין דער גאנצער וועלט און סדר השתלשלות איז דאך דאס דער אויבערשטער אליין אמת הוי'לעולם, ובפרט לויט די התחלה אין רמב אז ממנו נמצאו כל הנמצאים, און דערנאך איז ער אויך ממשיך אמת הוי'לעולם, און פאר דערויף הויבט ער אן, אז דאס איז די מצוה ראשונה, אז לידע שישם מצוי ראשון יסוד און דאס איז יסוד היסודות ועמוד החכמות, וממנו נמצאו כל הנמצאים און דאס ווערט דערנאך נמשך אויך די אמת'קייט דערפון, אין אמת הוי'לעולם, אין דער גאנצער אין אלע ענינים פון דער וועלט, ניט נאר אין מן המדבר, נאר אויך אין מן החי און מן הצומח און מן הדומם, ביז וואנענט, אז בשעת מ'דארף האבן דעם משל, און אויך בכמה פרטים בדבר, פארגלייכט מען אויך, ווי דערמאנט פריער, דוקא צו מין הדומם, און אין מין הדומם עצמו, ווי דאס איז דער ענין פון עפר, און דערצו פארגלייכט מען, ווי ס'האט פארגלייכן בא דעם ערשטן אידן פון אחד הי'אברהם, האט ער דאך געזאגט ואנכי עפר ועופר,

14און דערנאך איז דאך די ערשטער פון די ג'אבות, און וואס דאס איז דאך אויך, און דערנאך איז פארבונד זיינער מיט די ערשטע פון די ד'אמות, וואס דאס איז שרה עמנו. און דאס איז דאך אויך דער אפטייטש שמראש צורים הרנו ומגבעות אשורנו, אז דער צורים און גבעות

15מראש צורים ארנו ומגבאות אשרנו גייט דאס אויף די ג'אבות און די ד'אמות, און בשעת ס'איז דא ארנו לשון יחיד, איז ווערט דאס נמשך ביז וואנענט דאס ווערט נתגלה אין יעדער אידן, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, אז יעדערער פון זיי זאגט ער אויף יעדערן פון די אבות און אויף יעדערע פון די ד' אמעות, און אמעות עצבן סיי אויף רחל און סיי אויף לאה, אף על פי וואס דערנאך האבן זיי זיך דאך צוטיילט אין באזונדערע שבטים, איז דאך לפני זה ולאחרי זה זיינען זיי דאך כולם ביחד, ווי אן עם אחד און א גוי אחד, און א גוי אחד בארץ, אפילו ווי מ'געפינט זיך אין ארץ הלזו הגשמי, איז אויך דארטן איז מען א גוי אחד און יעדערע איז אין אן אופן פון אחד און נאכמערער ס'איז דאך אויך דער אפטייטש פון גוי אחד בארץ אז א איד איז ממשיך, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, זיינען זיי ממשיך די אחדות וואס זיי האבן אין זיך יעדערער פון זיי, איז מען דא ממשיך אויך בארץ בפשטות אין יעדער ענין

16און אין יעדער פרט פון ארץ לזו הגשמיות, און מאכט איבער פון הארץ החומבית מאכט ער איבער אז ס'זאל זיין אנשטאט חומריות גשמיות, און די גשמיות ווערט א ענין וואס דאס איז כעפר אז דאס האט אין זיך דעם אמת'ן ביטול, ביז דער ביטול פון עפר ממש, און דער ביטול איז צו דעם אמת לאמיתו, וואס דאס איז דער אויבערשטער, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז א ביטול וואס ברענגט דעם גרעסטן תוקף און די גרעסטע חשיבות, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך מגלה אין יעדער אידן און אין אלע אידן, אט דאס וואס תורה זאגט, האט דאך דאס מגלה געווען תורה און דערמאנט דאס אויך בשם אומרו ווער דאס האט געזאגט בפעם הראשונה, דערנאך ווערט דאך דאס אבער א פסוק אין תורה, און א פסוק אין תורה אין דער פרשה, וואס דאס איז פון פרשת השבוע, און ווערט דאך אויך געבראכט כמה נבואות פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, ווי דערמאנט אין רמב אם און אין מדרשים די רמזים אין כמה פסוקים וענינים פון פרשת

17נו פון דער פרשה און אין די פסוקים פון דער נבואה, און כולל אויך די נבואה האמורה פון מריש צורים אבנו ומגבאות אשרנו וואס דערנאך קומט דאך גלייך דער המשך, אז הן עם כלבוד ישכון וכאריית נעשה און וואס דאס איז דאך פארבונדן און ס'ווערט דערנאך אויך, ווי געבראכט בפירוש אין פסוק, פארבונדן מיט די גאולה האמיתית השלימה, וואס דעמאלט וועט מקויים ווערן אויך דער פסוק בשלימותו, און מקויים ווערן אויך דער הקיצו ברננו שוכני עפר און נשיא דורנו בראשם, ועל דרך זה אויך דער שוכני עפר פון אלע דורות שלפני זה, ביז דעם דור פון די ג'אבות און די ד'אמהות, און דער דור שלאחרי זה, דער דור פון יו'בית שבטים אדער יו'ג'שבטים, כולל אויך שבט לוי, און כולל אויך דיני החותם, און דערנאך אויך דער המשך שלאחרי זה, ווי אידן זיינען געווען, ווי אויך דערמאנט אין דער נבואה, וואס יצא קול מוציאן ממצרים, וואס דאס איז דאך דער ענין פון יציאת מצרים,

18וואס יציאת מצרים איז דאך א הכנה און א התחלה אויף די גאולה האמיתית והשלימה, ווי אויך געבראכט אין די פסוקים האמורים, אז אין עם כל אביו וכארי יתנשאה, און אויך צוזאמען מיטן ענין פון קול מציאי ממצרים, וואס דאס איז דאך אויך דער אופן פון גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, איז דאך אין אן אופן פון כימי צאתך מארץ מצרים אף על פי וואס דערנאך זעט מען, און מ'זעט אין אן אופן ווי דער אויבערשטער באווייזט אראנו, אז דאס איז נפלאות אפילו בערך פון יציאת מצרים, אז דאס איז מערניט ווי כימי צאתך מארץ מצרים אבער דאס איז נפלאות אפילו ווי ימי צאתך מארץ מצרים וואס דאס איז דאך אויך כמבואר אין די נבואות פון דער סדרה, מיט כמה ענינים וואס זיי זיינען ניט געווען בא יציאת-מצרים, און זיי וועלן ערשט זיין אין די גאולה האמיתית והשלימה

19תיכף ומיד ממש, ולא ייקבן אפילו כהרב עין.

20פון רצמי יו'ג'תמוז, איז דאך אויך געווען דער יצא מאיר מקלטה פון דעם גלות אין א גאנצע שטאט, און דערנאך איז גלייך געווארן נאך דערויף ווי דער מאנט דער אסרי חג פון יו'ג'תמוז, און דערנאך אויך דער יום השבת שלאחרי זה, וואס דעמאלט איז דאך אויך געווען די ברכה פון הגומל לחיימים טובות, און די גאנצע וועלט האט געענטפערט אנהויבנדיק וואס אידן האבן געענטפערט, אז מי שגמלך טוב הוא גמלך כל טוב סלה. און אזוי איז אויך בקרוב ממש, ווען יעדער איד, און צו אנשים נשים וטף, גייט ארויס בקרוב ומיד ממש פון די בית האסורים פון דעם גלות, וואס דעמאלט איז דאך אויך דא די אלע ד'ענינים, כמבואר אין די דרושים, און געדרוקט אין קונטרס הגאולה, די דרושים פון בעל הגאולה, פון נשיא דורנו, ווי אזוי די אלע ד'ענינים זיינען דא אין גלות, און דערנאך ווערט דאס אויך דער ידעו להוי'חסדו און אויך ונפלאותיו לבני אדם דער ענין פון נפלאות. ביז וואנענט אז דאס קומט דערנאך אראפ אין א מזמור, וואס דער מזמור איז פארבונדן מיט נעים זמירת

21ישראל, וואס דאס איז דאך דוד מלכא משיחא, אז יבוא ויגאלנו וילכנו קוממיות לארצנו תיכף ומיד ממש, והקיצו ורננו שוכני עפר די אלע דערמאנטי פריער, על אחת כמה וכמה אט די וואס געפינען זיך איצטער נשמות בגופים, האבן זיי א גוף בריא און א נשמה בריאה, און זיי זיינען נאכמער-מערער נאכמערער מוסיף אין בריאות הגוף און בריאות הנשמה, דורך דערויף וואס זיי זיינען נאכמערער מוסיף אין לימוד התורה און קיום המצוות, וואס דאס איז דאך על דרך ווי מ'זאגט, אז דער עיקר פון הפצת המעיינות חוצה האט זיך אנגעהויבן מיט דער גאולה פון יו טס כסלו, די גאולה פון דעם ערשטן נשיא פון נשיא חב אד, פון דעם אלטן רבי'ן, וואס אין אים איז דאך געווען אויך נכלל דער מגיד דער מעזריטשער מגיד, און אופני זה דער בעל שם טוב, וואס זיי זיינען געווען אלע נכלל אין דעם אלטן רבי'ן, אין אן אופן פון מקדש אדנ'כוננו ידיך בית-המקדש השלישי, וואס ער איז כולל כל בתי המקדש, דעם מקדש ראשון, מקדש שני, און ס'ווערט דער מקדש אדנ'כוננו ידיך ביז הוי'ימלך לעולם ועד

22וואס דאס וועט זיין בקרוב ממש, ובמיוחד, דורך אננעמען החלטות טובות, במיוחד אין צוזאמענהאנג מיט דעם ענין פון חג הגאולה, אויף מוסיף-זיין נאך מערער אין לימוד התורה, סיי נגלה און סיי פנימיות התורה, און מוסיף-זיין אין הידור און קיום המצוות פון גדול, לימוד שמביא לידי מעשה, און אין אן אופן וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז פון דעם חג הגאולה פון י-בית-י'ג תמוז האט מען גלייך דעם משרו חג פון הגאולה, באבותים עד כרנות המזבח, דעם כרנות המזבח פון ביתן מקדש, וואס כוננו ידיך. און מ'האט גלייך די קיימא סיהרא באשלמותא נאך איידער מ'גייט אריין אין יום חמשה עשר בחודש, האט מען שוין דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך און דארטן דעם מזבח און קרנס המזבח, און בכל הענינים הפשורים בזה, אנהויבנדיק פון דעם ענין עיקרי פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכא משיחא, ו גואל ראשון וגואל אחרון די אלע גואלים, ביז וואנענט אויך די גאולה וואס איז געזאגט געווארן בנוגע צו נשיא דרא

23תורנו, ווי ער האט דאך דערנאך אויך געזאגט א מאמר בקשר אין גאולתו, און גלייך בהתחלת המאמר, אז לא עצי בלבד גאול הקב,"ה נאר אלע שומרי תורה ומצוה, ביז אפילו אזא וואס בשם ישראל איז מערניט ווי יכונה, און דאס איז אויך פארבונדן מיט עשרה שיושבים ועוסקים בתורה וואס דער ענין פון עשרה איז דאך במיוחד פארבונדן מיט די גאולה העשירית, וואס דאס איז די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין יושבים אז מ'האט די התיישבות אמיתית, וואס דאס איז דאך דוקא ווען ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און ס'ווערט יושבים אן ענין פון התיישבות אמיתית, ביז וואנענט אז יושבו ישרים את פניך אין בית המקדש, כהוננו ידיך, און דארטן ווערט ועוסקים בתורה אז מ'מאכט אין תורה דעם ענין פון לאפשה לה וואס דאס איז דאך דער ענין פון נוסק, כמבואר בנוגע אין דעם ביאור פון ברכת השחר, וואס יעדערער פון אונז האט געזאגט היינט אינדערפרי לעסוק בדברות אורתיך. און ס'ווערט גלייך דער המשך לאחרי זה, די אלע המשכות

24ווי מ'זאגט דאס אויך אין ברכת השחר, די אלע המשכות ווי זיי זיינען אויבערגערעכנט, און אין אן אופן אז עד מהרה ירוץ דברו, וואס דארט טוט זיך אויף ברכת כהנים, די מעלה פון תפילה און די מעלה פון ברכה, און דער חיבור פון שניהם יחד, און אויך ביז די ברכה פון ושמע שמי על בני ישראל ואני אברכם, און דערנאך אויך ווי דער המשך אין דער משנה שלאחרי זה, אז אלו דברים שאין להם שיעור אז מ'האט די גאולה האמיתית והשלימה וואס אין לה שיעור און דאס ווערט צוזאמען דערמיט ווערט דאס אין אן אופן פון אלה, אז מראה בזבאי ואומר זה אט איז דער ענין וואס אין לו שיעור על דרך ווי דערמאנט פריער אז אין לו איז מנין וביחד עם זה איז דאס טאקע מי מנה אפר יעקב, ביחד עם זה האט דאס אבער אויך דעם ענין פון כחוחבי השמים לרוב און כאפר הארץ לרוב. און דאס ווערט בפועל, למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, כמדובר כמה פעמים, ובמיוחד ווען מ'שטייט אין אסרו חג פון חג הגאולה, און מ'גרייט זיך צו קיימא סיהרא באשלמותא צו דעם

25טאג לאחרי זה, און צו דעם קיום פון די אלע נבואות, סיי בקשר מיט יציאת מצרים, קול מיציאה ממצרים סיי פון די נבואות בהנוגע צו גאולה האמיתית והשלימה, ווי אויך מרומז און אויסגערעכנט אין די פסוקים פון דער פרשה פון היינטיקע וואך, אז מ'האט פון יום הרביעי האט מען גלייך דעם יום החמשה, און גלייך נאך דערויף דער יום השירשי, וואס דעמאלט איז דאך טוב מאוד, און גלייך נאך דערויף דער יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, בדוגמא פון דעם יום השבת וואס קומט ערשט אין צוויי-דריי טעג ארום, האט מען די אלע ענינים נאך אין יום רביעי זה, כמדובר ומרומש, לעיל, און מיט אלע פרטים ופרטי-פרטים, וביחד עם זה די תורה חדשה מאיתי תצא, וביחד עם זה דער קול מוציאי ממצרים, ווי אזוי גייען אידן ארויס פון מיצרים וגבולים, דורך דערויף וואס בא זיי ווערט דאס אזוי אין לימוד התורה, למעלה ממדידה והגבלה, במילא ברענגט דאס אויך אין דעם לימוד שמביא לידי מעשה,

26אז דער קיום המצוה שלו, איז אויך בהנוגע דער כוונת המצוה, איז דאס למעלה ממדידה והגבלה, במילא איז דאס ממשיך דעם למעלה ממדידה והגבלה אויך אין די מצוה וואס ער איז זיי מקיים כהלכתה דוקא מיט די שיעורים, ווי דערמאנט אין שולחן ערוך, בהנוגע צו יעדער מצוה, וואס אין מצוות גופא איז דאך אבער אויך דא די מצות הצדקה, וואס א מצות הצדקה, ווי דער אלטער רבי ברענגט אין אגרת הקודש, איז דאך-כל אשר לאיש יתן בעד נפשו איז דאס למעלה אפילו פון עשר עשר עשר עשרה נה לך, און אפילו למעלה מחומש, און אפילו למעלה פון הכל, בדוגמא ווי דערמאנט פריער, אז בנוגע צו א נשיא, אז הנשיא הוא הכל, און דערביי זאגט מען דאך ניט, דער לשון לכאורה האט דאך געדארפט זאגן, אז דער נשיא איז דאס כולם, ווי מ'לערנט דאך אפ דערפון, וואס די שיקתא שלוחים האט משה אלס וואס ס'איז געווען אן איש אחד ויחיד, און דאס ביישט אויס וישלח ישראל, און ווי ס'זאגט מען אבער אויך, אז דאס איז טאקע

27יעדערער בפני עצמו א דבר הכי חשוב, ביז וואנענט אז דאס זאגט, אז בשבידלי נברא כל העולם כולו, כביכול, דער גאנצער ארום, אין וועלכן ער דארף אויפטאן די הפצת היהדה, סיי נגלה דתורה, סיי פנימיות התורה, סיי קיום המצוות בהידור, ועוד והוא העיקר. ובפרט על ידי וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך אלס א שליח אויף געבן אויף צדקה, און יעדערער וועט מוסיף זיין זיכער מיט דילי און בהוספה חשובה, און כדי ס'זאל ווערן נאכמערער אין דעם ענין נתינת הצדקה.

28א גאולה ומקרבת את הגאולה, און וויבאלד אז ס'ווערט דער גדלות אין דעם גדולת צדקה, איז דאס ניט נאר א זירוז און א קירוב, נאר ס'ווערט תיכף ומיד ממש, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים