עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

59 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ער ליי' כסלו תפשין דא מ".

2דער פרשת היום פון יו' כסלו איז דאך מודאי ידוע ומפורסם, אעפ' איז מען זיך דאך אלעמאל נוהג, אז על כל פנים נקודות וראשי פרקים חזר"ט מען דא איבער וויסנדיק אז ס'איז בלאו הכי ידוע ווי מ'געפינט דאס כידוע פון רבותינו נשיאינו,

3אויך בא דעם אלטן רבי'ן, אין צוזאמענהאנג מיט י'ט' כסלו, אז ער האט אויף דערויף געזאגט שסן ”ניסים לאבותינו בימים להם בזמן הזה”, איז דאך ”בכל שנה ושנה”, און ווי ער טייטשט דארטן אפ אז דאס איז פארבונדן מיט חנוכה ופורים, איז אע' פי וואס ס'איז ידוע פרשת ימי חנוכה ופורים,

4און מ'האט גאר אין דערויף א הבטחה בנוגע צו פורים, און אין מדרש ברענגט ער דאס אויך אויף חנוכה, אז לא ישקחו אז מ'וועט דאס ניט פארגעסן קיינמאל.

5פונדעסטוועגן איז דאך דא א מצוה לפרסומי ניסא, דערציילן עכ"פ ”תוקפו של נס” אדער די נקודות של הענינים.

6און וויבאלד אז רבותינו נשיאינו האבן דאס פארגליכן צו ימי חנוכה ופורים, און פארבונדן דאס מיט פרסומי ניסור, וואס בפשטות איז דאך פרסם הנס גופא מדגיש אז מ'ווייס וועגן דערויף, נאר ס'דארף נאך צוקומען אין דערויף א ענין של פרסום, וואס דאס איז דאך די הדגשה בזה,

7ניט מ'זאגט אז אין הודעת הנס דער סיפור הנס, נאר מ'איז מדגיש פרסום הנס.

8ובפשטות איז דאך אויך פארשטאנדיק, ווי מ'זעט דאס אין תכונת האדם, ווי דער אויבערשטער האט באשאפן א אידן צוליב בחירה איז דאס במילא אזוי געווארן אין אומות העולם אויך, אז דורך דערויף וואס ער ברענגט דאס נאכאמאל ארויס בדיבור,

9אף על פי וואס ער ווייס דאס במחשבתו ובידיעה אמיתית, איז דורך דעם דיבור קען זיין ביז נפשי יצא בדברו, עכ"פ איז דאס פועל,

10ובלשון הכתוב, אז נזכרים איז דאך אט דעמאלט נעשים, וואס דער נזכרים איז דאך דער חיוב, דער פירוש בזה, נזכרים בדיבור דוקא, ניט במחשבה בלב,

11און אט דעמאלט ברענגט דאס דעם ענין אז ס'זאל זיין נעשים וואס ס'וואלט ניט אראפגעקומען אין אזכרים, וואלט געפעלט עפעס אין נעשים.

12וואס עד"ז פארשטייט מען בנוגע צו די ימי גאולה וואס מ'לערנט אפ און מ'פארגלייכט דאס דערצו ”על ידי גדולי ישראל”, ובפראג פון דעם בעל הנס והגאולה בעצמם,

13איז דא א ענין אויף דער מאנען בדיבור, עכ"פ כללות הענין, ”תוקפי של נס”, אז ס'איז געווען א מתר אן ארעסט, וואס איז געווען פארבונדן מיט א ממשלה אדירה, וואס זי איז דעמאלט געווען איינע פון די גרעסטע בעולם,

14בלשון רז"ל, א מושל בכיפה, דורך דערויף וואס דעמאלט זיינען דארטן געווען אין דער מדינה דער רובו, ”רוב מנין ורוב בנין של” בני ישראל.

15און ווי ער זאגט דאך אין מדרש, אז בשעת אז דער אויבערשטער, מאיזה טעם שיהי' וויל אז דער גלות פון אידן זאל זיין אין דעם משך זמן במדינה מסויימת מאכט ער פון דער מדינה אז ס'זאל ווערן א מדינה וואס זי איז מושל בכיפה.

16וואס דאס איז דאך אויך בפשטות איינע פון די ענינים וואס מ'פרעגט דאך די שאלה וואס איז מיטאמאל געווארן דער שינוי, אז פריער איז געווען רוב מנין און רוב בנין, במדינה ההיא, וואו ס'איז געווען דער נס פון יו' כסלו, און אויך דער נס פון יט' כסלו,

17און הולדת הבעל שם טוב, התפשטות החסידות וכו האט דאך דערנאך געדארפט קומען גלייך, אויב מ'דארף שוין ארויסנעמען אידן פון דארטן זאל דאס גלייך קומען אין ”ארץ הקודש”, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה, בד אחרית שנה”,

18ובפרט נאך אז כלו כל הקיצין זעט מען אבער בפועל, אז ס'איז געווארן דער שכינה מיט איר פעקל, כידוע הלשון, האט זיך איבערגעטראגן צוזאמען מיט ”רוב מנין ורוב בנין” פון אידן וואס געפינט זיך איצטער אין ארצות הברית.

19וואס אע' פי אז ס'איז דאך ”אין בידינו” 'כלל וכלל' אפשאצן אז זאגן אז דער כיבוש הידן איז רוב מנין און דער צווייטער איז ניט רוב מנין וכו ווארום ”כולם אהובים, כולם” ברורים, און כולם גבירים, און 'כולם קדושים', מיט אלע אותיות פון דעם אלף בי"ת,

20אבער דאס גופא איז א הוכחה, וויבאלד אז מ'זעט אז דא איז דער רוב מנין בפשטות בכמות, איז דאס גופא א הוכחה ווען ס'רעדט זיך וועגן א ”גוי קדוש” אז דאס איז פארבונדן אויך מיט רוב אין איכות.

21ואין כאן המקום להאריך בזה, כי איז מערניט ווי בדרך המאמר המוסגר, וואס דאס איז אויך ווי ס'איז דעמאלט געווען און איצטער נזכרים ונעשים איז דאך לכאורה אין אן אנדער זמן לגמרי, מיט שינויים לגבי זמן הגאולה בפעם הראשונה שינויים ”מן הקצה אל הקצה”, סיי אין זמן און סיי אין מקום.

22וואס דעסטוועגן זאגט מען, אז ס'דארף זיין ”הימים האלו נזכרים” אז מ'דארף זיי דערמאנען די טעג ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה אין דעם זמן און אין דעם מקום ווען ס'קומט נאכאמאל אין תקופת השנה,

23אף על פי וואס בחיצונות איז דער 'זמן ומקום' א תכלית שינוי, איז א איד על ידי התורה ווערט ער דאך א בעה"ב אויף 'זמן ומקום',

24ובפרט נאך אז ער פארבינדט דאס מיט תורה בגלוי, וואס תורה איז דאך א בעה"ב אויף מציאות, אפילו משנה זיין מציאות שבעבר, כמדובר כמה פעמים פון ירושלמי, איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'פארבינדט דאס מיט 'לימוד התורה' פון בעל הגאולה,

25וואס דאס איז דאך א 'לימוד התורה' שהזמן גרמא, בדוגמת פון ”הלכות החג בחג”.

26און דערנאך איז מען מציער דעם בעל השמוער, ”כאילו עומד לפניו”.

27וואס אע"פ וואס ס'איז דאך א דבר פלא, יעדער ענין איז 'בהשגחה פרטית', זעט מען אז מ'ווייס די תמונות, ס'איז דא די תמונות פון ”כל הנשיאים, כל” נשיא חב"ד, מיט איין און איינציקן אויסנאם.

28דוקא פון דעם בעל הגאולה האט מען ניט קיין תמונה, תורתו איז מיט מער הרחבה בכמות ווי תורת שאר נשיא חב"ד ווי מ'זעט דאס בפשטות, און מ'רעדט זיך דאס וועגן כמות, בהנוגע צו תמונת בעל השמוע,

29איז האט מען די תמונה ווי מ'האט מועיד געווען אויפן תמונה פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז תמונתו ווי נשיא דורנו האט זיך אפגעדרוקט נאך מעורר לים איידער קומענדיק אהער צו די גאנצע השתלשלות ווי אזוי מ'האט מגלה געווען תמונתו, עד"ז די תמונות פון די נשיאים שלאחריו ביז תמונת נשיא דורנו,

30כאמור מיט איין און איינציקן אויסנאם.

31מ'מוז דאך אבער זאגן, אז חס ושלום, אז על ידי זה זאל עפעס פעלן אין דעם ענין וואס כאילו בעל השמוע עומד לפניו, וויבאלד אז דאס איז דאך א ציווי, בפרט נאך ווי דער צמח צדק איז מאריך אין 'ביאור הענין' אין זיינע רשימות צו ספר התהילים, איז דערפון גופא פארשטאנדיק,

32אז וויבאלד אז מ'זאגט בנוגע ”צדיקים דומים לבוראן”, וואס הקב"ה איז אין לו גוף ”ואין לו דמות הגוף”, ביחד עם זה זאגט מען, אז אתם לוקחים אותי ווען מ'נעמט תורתו, און דער ביאור בזה איז, ביז אין נגלה ובפשטות,

33אז אנכי דער ערשטער ווארט פון מתן תורה איז ”אנא נפשי כתבית יהבית” אז דער אויבערשטער האט זיך אריינגעשריבן, אין די עשרת הדברות ובכל התורה כולה.

34על דרך זה אויך בהנוגע יש לומר על כל פנים בדרך אפשר, אז כאילו בעל השמועה עומד לפניו איז דאס דורך דערויף וואס ער איז זיך מצער ביז אין אן אופן פון הבנה שכלית און נאכמערער ראיית שכלית בתורתו 'של בעל' השמועה,

35איז אט דעמאלט ווערט דאס כאילו בעל השמוע עומד לפניו, וויבאלד אז ”אנא נפשי כתבית יהבית”.

36וואס עד"ז איז דאך דאס אויך א הוראה למעשה בפועל, מ'האלט זיך אין איין טענה'ן אז ”המעשה הוא העיקר” אז מ'זאל זיך מתבונן זיין אין תורתו 'של בעל' השמוע יעדערער 'לפי ערכו' זיך אויסקלייבן וועלכן ענין ער וויל, ”במקום שלבו חפץ”,

37אבער די התבונות זאל זיין, אפילו אין 'הלכה אחת', אדער מאמר אחד, אדער אפילו אות אחת התבוננות ביז אין אן אופן פון ראי' שכלית, ווי דער בעל השמוע אליין איז דאס מבאר בארוכה אין ספרו, אין שער אמונה,

38די חילוקים ווי ס'איז דא אין ידיעה שכלית און מבנה שכלית, ביז אין אן אופן פון ראי.'

39וואס אט דעמאלט ווערט כאילו בעל השמועי עומד לפניו זאגט דאס ”תורת אמת”, איז דאך ווי בכמה מקומות ווי מ'געפינט בכ' הדמיון, איז דורך דערויף וואס מ'האט דאס מיט א כ' וואס דאס איז א כ' הדמיון, האט מען דאס דערנאך ווערט דאס אן אחיזה אן דעם כ' הדמיון, ווי מ'זאגט דאס בנוגע לתורה בכלל,

40איז דאך מן הכל אל הכבוד, מאנט מען אז ס'זאל זיין כחדשים בכל יום, און דערנאך ערשט קען מען מאנן אז ס'זאל זיין חדשים אן א כ' עד און אזוי אויך בנוגע צו חלק התורה, ובפרט אז דאס איז 'פנימיות התורה',

41ובלשון אזוי איז ”נשמתא דאורייתא”, וואס אין נשמתו איז דאך זיכער דארף מען ניט האבן קיין הסברה גדולה אז מ'קען דאס ניט מחלק זיין אויף חלקים,

42בשעת ס'רעדט זיך וועגן 'גוף האדם', ווי אן אדם שטייט בגופו, דארף מען האבן הסברה, אז אף על פי וואס דאס איז ראש און דאס איז רגל, וואס דאס איז דאך ”מן הקצה אל הקצה”, איז פונדעסטוועגן איז דאס אן אדם אחד.

43בהנוגע אבער לנשמה, און ווי ער זאגט אין תניא איז מובן בפשטות, אז אין נשמה איז ניט שייך קיין פאנאנדערטיילן אויף תרי' כוחות, און דא זאגט מען אין אושמתא דאורייתא,

44בפרט נאך אז בא אים איז דאך געווען דער סגנון פון 'לימוד התורה' פון בעל הגאולה, איז דאך דוקא אין אן אופן פון הרחבה הכי גדולה, און ווי ער אליין איז דאס מבאר, אז דאס דערגרייכט ביז אין 'מרחב העצמי', וואס דאס איז נאך למעלה מן החכמה,

45וואס דערפאר איז ”מן המיצר דוקא” קומט ניט צו למרחב י", איז אט דעמאלט ווערט דער ענין אפגעטאן במעשה.

46און ויהי רצון, אז פון דער מעשה בנוגע צו רואה, כאילו בעל השמוע עומד לפניו, זאל אראפקומען במעשה בפועל, אז ”נלכה באורחותיו” ובדרכיו אשר הורנו, און ווי דער אלטער רבי איז מסיים בזה,

47אז נלכה בדרכיו אשר הורנו מדרכיו, בדרכים וואס הורנו מדרכיו, אז ס'איז דאך ”ויעקב הלך לדרכו” וואס דאס גייט אויף יעדער אידן,

48איז דאך דער פירוש הפשוט לדרכו פון דעם איש פרטי ווערט דאס מדרכיו, צוזאמען מיט זיין נתינת כח, אז מ'זאל טאן אין 'לימוד התורה' און קיום מצוותי' מתוך הרחבה,

49ביז אין הרחבה גדולה ביותר, וואס דאס איז דערגרייכן אין 'מרחב העצמי' וואס ס'איז דא בכל נשמה, ווארום ס'איז דאך אצע ”עולם נתן בלבם” אז יעדער איד איז כולל אין זיך כל הענינים וואס זיינען דא במציאות.

50און דאס זאל אויך אראפקומען אין דעם ענין פון אנני במרחב י' בתחילתו, וואס דאס הויבט זיך אן דורך גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט ווערט דאך א פורץ גדוי הגלות, במילא אז ס'איז ניטא קיין גלות ווערט דאס אן ענין גלייך הרחבה,

51דערנאך דארטן גופא ווערט דאס דער ענין פון ”כ ירחיב הוי' את גבולך” וואס ווי דער פירוש הפשוט בזה איז דאך אז פריער איז דא דער כיבוש פון ז' אומות, ע' גאולה האמיתית והשלימה, כיבוש שלום,

52כולל אז ”כל יושבי' עלי'” שלימות הארץ, צוזאמען מיט שלימות העם, צוזאמען מיט שלימות התורה, וואס דאס ברענגט דאך די גאולה.

53און דערנאך קומט מען אין דערויף גופא, וואס דאס איז דאך שוין אויך ”ארץ טובה ורחבה”, וואס בפשטות גייט דאך דאס אויף ארץ פון שבעה אומות, דערצו קומט נאך צו כירחיב הוי' את גבולך א הרחבה וואס קומט פון הוי ביז אז דאס קומט אויך אראפ בנגלה,

54אז ס'ווערט אפגעגעבן ”קיני קניזי וקדמוני” בפשטות, צוזאמען מיט אפגעגעבן הרחבה אין הבנת 'התורה וקיום' מצוותי', ווי דער בעל הגאולה איז מבאר בזה דער ענין אז דעמאלט וועט מען אויך האבן עבודת המוכן בהרחבה ובגלוי ולמטה.

55און ויהי רצון, אז די אלע ענינים זאלן זיין במהרה בימינו ממש, ווי נשיא דורנו טייטשט אפ דעם ווארט ממש אז מ'קען דאס אנטאפן מיט חוש המישוש,

56און ס'זאל זיין אין אן אופן פון ”למטה מעשרה טפחים”, ומתוך הרחבה, אנהויבנדיק פון הרחבה אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי', ותיכף ומיד הרחבה אין דער גאולה, פון דער גאולה פון בעל הגאולה פון יום תסלו, צו דער גאולה פון 'כלל ישראל', ו”כל אחד ואחת מישראל”,

57וואס תלוקטו לאחד אחד בית ישראל, און מ'גייט אין אן אופן פון ”קהל גדול”, וארוא אים ענני שמיים ברגע כמימרא לארצנו הקדושה,

58און דארטן גופא אין ירושלים ווי מ'זאגט אז ירושלים לעתיד לבוא וועט זיין ורחבה אין אן אופן פון הרחבה, און דארטן גופא אין הר הבית און אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו", און די אלע צוזאמען אין אן אופן פון ”קהל גדול”,

59דורך אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions