Paragraph
Paragraph rh-edhfrq48
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-gm9b4a42
- order
- El
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- תורה צוה לנו משה, מורשה קהלת יעקב, ווי דו האט פריער דערמאנט, און ווי דו האט געלערנט תורה, איז גייט דאך יעדערער פון אייך אפילו מיידעלעך, על אחת כמה וכמה עלטערער פון צווישן אייך און אינגעלעך, לערנען דאך תורת משה גלייך ווי מ'קומט נאך צו די יארן, וואס מ'קען פארשטיין וואס מ'לערנט, הויבט מען גלייך אן לערנען מיט משה מתורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב. ובפרט נאך ווי דערמאנט אז מ'געפינט זיך אין דעם פערטן טאג, וואס דעמאלט איז דער ספעציעלער אורח וואס קומט צו יעדער אידן אין זיין סוכה, איז דער ספעציעלער אורח דער אושפיז איז דאס משה, און משה ברענגט מיט זיך אויך מיט די אלע איבעריקע אורחים וחשובים פון די אלע טעג פון סוכות, וואס דאס איז דאך ווי דערמאנט אברהם יצחק ויעקב משה, און דערנאך אויך משה ואהרן און יוסף ודוד,
- proofread
- 0