עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ec4bafg7

kind
paragraph
order
X
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דערפאר איז ער נברא אין אן אופן אן אנדער אופן ווי כל שאר הנבראים וואס זיינען נברא געווארן זוגות, איז ער נברא געווארן דוקא יחידי, כדי דאס זאל אויפטאן דעם זעלבן ענין, און דא איז געווען פארקערט, כדי דאס זאל אויפטאן אין אן אדם יחידי האט דאס אויפגעטאן אין אדם הראשון, יציר כפיו של הקב",ה איז געווען באופן כזה, ה. וואס דאס איז אויך דורך דערויף ווי ער זאגט אין די התחלה פון תניא, אויפן שער-בלעטל, אין דעם לשון פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז בפיך ובלבבך לעשותו, וואס דאס איז דאך די ג'ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה, כאמור לעיל. וואס דאס איז דאך אויך דער כלל וסדר השתלשלות, וואס ער ווערט דאך געטיילט אין דריי חלוקות, בריאה, יצירה, עשי משא'כן דערנאך ווערט א צמצום פאר דערויף איז דא א צמצום מיט א סוג בפני עצמו וכו'וכו.' וואס דאס איז דאך אויך דער אויפטו פון חוט המשולש און שלשה, ביז וואנענט אז דאס איז יעקב חבל נחלתו, און דאס ווערט א תואר און אן ענין בא יעדער אידן, דורך דערויף וואס ער שטייט אין א מעמד ומצב פון חבל, ווי מ'טייטשט דאס אפ, אז דאס ווערט צוזאמענגעבונדן פון דריי חוטים צוזאמען, ווערט דאס א חוט המשולש, א חבל נחלתו, און דאס ווערט דער חבל וואס איז מקשר, ווי דער אלטער רבי זאגט בספרו, א תניא אין אגרת התשובה, אז דאס איז מקשר יעדער אידן און אלע אידן מיט דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דער שורש ומקור, ווארום ויפך באפיו נשמת חיים וואס דאס איז דאך געווען בראש השנה בנוגע צו אדם הראשון, ווערט דאס דערנאך ניט נאר מעין זה, נאר עושה הענין ממש, בכל אחד
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions