transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בזה, ס'איז דאך דער סיום און חותם פון יום ההילולא, פון דעם רבי'ן מהר'ש, מלכתחילה אריבער, און אויס ס'קומט אויס אין היינטיקן יאר איז דאס פארבונדן מיט הונדערט און זיבן יאר, וואס דאס איז דאך פארבונדן ווי ס'פירט זיך אין חבד במיוחד מיט קאפיטלעך תהלים, ובפרט נאך, אז ווען ס'ווערט כל עבודתו אשר עבד בו בשעת ההסתלקות ווערט פועל ישועות בקרב הארץ פון כל עבודתו, איז דאס דערנאך מידי שנה בשנה, איז אויב אין אלע ענינים פון קדושה איז דאס מוסיפין, על אחת כמה וכמה בשעת ס'איז מלכתחילה, אפילו בחיים חיותו בעלמא דין אויך געווען די הנהגה פון מלכתחילה אריבער עאכו כמה וכמה אז ס'איז נאך אראפ די הגבלות וואס דער גוף לייגט ארויף אפילו א גוף פון א צדיק, ווי פארשטאנדיק אויך פון די אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער מאכט דארטן אויך דעם חילוק, אז שבק חיים לכל חי דוקא בשעת ער גייט ארויס פון הגבלות הגוף אט דעמאלט קומט-צו נאך מערער ישתקח בכולי עלמא יתיר
¶2מבחייהי, ווי מ'זאגט דאך אויך אין דעם עיין לשון פארבונדן ווען מ'איז עולה אויף א ציון פון צדיקים, ובפרט פון נשיאים, וכמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר איז דאס אויך דער גאנצער קאפיטל פון קז רעדט זיך אז דער תוכן שלו און דער גאנצער ענין שלו איז ידע להוי'חסדי ונפלותיו לבני אדם און אין אלע פיר ענינים וואס זיי זיינען כולל כל השינויים וואס קען זיין בחיי האדם, ווי פארשטאנדיק פון דעם מאמר פון יום הגאולה פון נשיא דורנו הידוע, ווארום דאס איז מבאר אויך בקצרה דער ענין פון די ד'ענינים. און ס'קומט דאך, כאמור, אין דעם קאפיטל פון קז,"' וואס דאס איז דאך דער קאפיטל פון היינטיקן יאר, איז דאך אויך פארשטאנדיק, כמדובר כמה פעמים, בפרט אין פארבינדונג אויך מיט דעם ראשי-תיבות פון תהי שנת ניסים, וואס דאס איז דאך אויך דער תוכן פון קאפיטל קוז,"ז, אז ס'זאל זיין ניט אן ענין וואס על דרך הרגיל, נאר אז ותו ידול הוי'חסדו דערפאר וואס נפלאותיו דוקא לבני אדם, וכמדובר כמה פעמים, און במיוחד וואס אויך דער ראשי-תיבות איז דאך אויך תהי שנת ניסים,
¶3און צוזאמען דערמיט אויך איז דאס אויך פארבונדן מיט קאפיטל קז,"' כאמור לעיל, ביז וואנענט אז ווי פארשטאנדיק פון דעם מאמר פון נשיא דורנו, ווי אזוי דאס איז כולל כל השינויים וואס איז שייך בחיי האדם, און ס'ווערט דערנאך גלייך נאך דערויף אז מ'גייט דאס דורך, און מ'שטייט שוין אין סיום וחותם פון דעם יום ההילולא, וואס כל עבודתו אשר עבד איז פועל ישועות בקרב הארץ, און דערצו קומט נאך צו וואס דאס איז פארבונדן מיט שנת הקי'ז און מיט דעם קאפיטל, איז אין דערויף גופא איז דאך דא נאכמערער און נאכמערער און נאכמערער, ביז וואנענט אז מראה באצבעו ואומר זה אז ס'קומט תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער ידע להוי'חזר נפלותיו לפני אדם ביתר שאת וביתר זאת ועוד והוא העיקר, אז נשמות בגופים פראווענט מען דאס גלייך אין מוצא וסיום פון דעם יום הילולא, פון מלכתחילה אריבער, און בפרט נאך אז ס'איז דאך אויך פארבונדן מיטן לית מסיים שנה צו דעם וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום, צו דעם רבי'ן דעם צמח צדק, און ס'ווערט אויך א הכנה קרובה צו ענין פון ערב ימי הסוכה, זמן שמחתנו,
¶4ביז צו די שמחה הכי גדולה נאך פאר ערב ימי הסוכות, על אחת כמה וכמה אז אין דעם ערב ימי הסוכות האט מען שוין דעם ענין אז ס'איז שוין נאך תפילת מעריב און דער סיום פון ערבות, פון גלות, און מ'האלט שוין אויך נאך אחת צדיקים, יודו לשמך ישבו ישרים את פניך האט מען תוכף ומיד יודו להוי'חסדיו נכלותיו לבני אדם אויף דער גאולה האמיתית והשלימה, כאמור, תיכף ומיד ממש, און דערנאך גייט מען מחיל אל חיל ביז צו זמן שמחתנו, אין בית המקדש השלישי, וואס דעמאלט איז דאך שמחת עולם על ראשם וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דער הכנה פון די ערב סוכות וואס מרבי ן דעמאלט אויך בצדקה, כמדובר כמה פעמים, און ס'ווערט א הכנה קרובה נאך גלייך, כאמור, צו דער גאולה האמיתית והשלימה, און דערנאך איז מען אויך מוסיף אויך דעמאלט אין די הכנה צו מועדים לשמחה וואס ווערט אנגערופן, פון צווישן אלע מועדים לשמחה האט דאס נאך אויך דעם שם מיוחד, ניט נאר זמן חירותינו, ניט נאר זמן מאכן תורתינו, נאר מ'האלט שוין נאך די אלע עדינים, און מ'האט שוין דאס, און מ'האט שוין זמן שמחתינו,
¶5ו שמחת עולם על ראשם די שמחה פון גאולה האמיתת והשלימה תיכף ומיד ממש, און דערנאך מחיל אל חיל בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אין בית-המקדש השלישי, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיטן מועד השלישי, וואס דאס איז דאך דער חג הסוכות ווי דער סדר פון מועד אין מורגלים איז דאך בנוגע צו באלד תאחר איז דאך נוגע דער סדר, איז דער סדר איז, אז מ'האט שוין דעם חג זמן חירותינו, און מ'האט שוין דעם חג פון זמן מתן-תירותינו, און מ'האלט שוין דעם ערב פון זמן שמחתנו. ובפרט נאך אז מ'האט נאך א שמחה הכי גדולה נאך פאר דערויף אין דעם ערב פון זמן שמחתנו ערב סוכות, און אין דערויף גופא אין אן אופן, אז מ'האט שוין דעם אחת צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך ותיכף ומיד ממש.