פסקה
פסקה rh-ea5wqz6a
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-0rmxmcm4
- order
- O6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דערנאך זאגט ער גלייך אין די זעלבע לימודים פון רביעי נאך א העכערע זאך, אז וויבאלד אז ער איז געקומען פון זיין ארט, ניט וואס מ'האט דערווארטעט דאס, ניט וואס ער איז געווען מחוייב דאס טאן, נאר ס'איז נדבה לבו אויף צו טאן דאס, פון קומען אין בית המקדש און דארטן טאן די עבודה וואס דארף גאר געטאן ווערן דורך אנדערע און זי וועט געטאן ווערן דורך אנדערע, וועט מען בית המקדש גארניט פעלן, ער וויל אבער האבן אט דעם זכות גיט מען אים גלייך דעם זכות. און די אלע קרבנות וואס ווערן דעמאלט געבראכט, און זיי דארפן געטאן ווערן זייער עבודה דורך אנדערע לויים, איז וויבאלד אז ער האט באוויזן אט דעם רצון, און פון דעם רצון איז דאס אראפ במעשה בפועל, פועל, און ער האט טאקע געטאן אזוי און געקומען אין בית-המקדש טוט ער דאס, און אויך מיט אלע קרבנות וואס זיינען דעמאלט געווען אין בית-המקדש, און געהערן צו עבודת הלויים גלייך מיט אלע לויים וואס זיי געהערן צו דעם משמח.
- proofread
- 0