פסקה
פסקה rh-e86dddx5
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-75drn6xr
- order
- f
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אדם וואס דאס איז יפוצו מעיינותיך חוצה זאגט מען אויך גלייך אין די אלע דריי ענינים, אין אן אופן מלכתחילה אריבער, ניט דער ענין פון יפוצו וואס לכאורה, איידער ס'ווערט מפוצו דארף דאך פריער בכלל אנקומען מים העליונים, אין די מים תחתונים און דערנאך על היבשה, און דא הויבט מען גלייך אן מיט יפוצו, דערנאך זאגט מען יפוצו, הויבט זיך גלייך אן מיט מעיינות, וואס דאס איז שלא בערך פון מים אפילו מאין מקוה כשרה, אפילו מערער פון בין מים חיים, נאר דאס איז אן ענין של מעיינות, כמדובר בארוכה, און אויך אז מ'זאגט חוצה איז אויך אז ס'ווערט פארלאנגט, אז ניט מ'זאל ניט דערמיט דורכנעמען די די ביתו של האדם נאר מ'דערמאנט גלייך אין די דריי ענינים, פונקט ווי אין די ערשטע צוויי, אזוי אויך אין דעם דריטן, זאל זיין אויך ביז אין חוצה וכמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז מ'טייטשט דאס ניט אפ, מ'איז דאס ניט מגביל, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז ווען איז מען יוצא דעם ציווי מיט דעם נתינת-כח פון יפוצו מעיינותיך חוצה אז ס'איז ניטא קיין ספק און ספק ספיקא, אז מ'האט דורכגענומען דעם חוצה ביז וואס אין חוצה למטה הימנו ומחוץ הימנו, כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0