transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט דאך גערעדט פריער וועגן חינוך, און ווי אזוי די רביים האבן אליין באוויזן דעם ביישפיל אין דעם, אז אין וואס פאר א מעמד ומצב נעלה מ'זאל זיך ניט געפינען דארף מען געפינען צייט, און אז מ'וויל געפינט מען דאס, און אין אן אופן של קביעות, אויף פארנעמען זיך מיט חינוך פון אידן בכלל,
¶2ביז אפילו חינוך פון קליינע אין יארן, אדער אין קליינע ”עניים בדעת”, קטנים בדעת, און ניט יוצא-זיין וואס ער טוט דאס על ידי שלוחו, וואס לכאורה איז וואס איז די נפקא מינה פאר דעם קטן בדעת, צי ער וועט דאס האבן פון א שליח צי פון אים, זעט מען אבער בפועל, אז ביי אים איז גאר א גרויסע נפקא מינה.
¶3צי ער דאס טוט א שליח צי דאס טוט ער, ווארום ווי גערעדט אז דאס איז א ”מצוה שבגופו”, נאר אפילו אין דעם קטן איז דאך דער דין אין שולחן-ערוך, ביז אין א דין בנגלה, הלכה למעשה,
¶4אז לא מכל אחד אדם לומד, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז מצד דעם וועגט דאס אריבער די מצוה פון כיבוד אב ואן, און אויב ער רעכנט אז ער וועט מער מצליח זיין מיט דעם מלמד, אף על פי וואס אביו ועמו זיינען ניט מסכים,
¶5און ווי ער פסק'נט אפ אין שולחן ערוך, אז אויב אפילו זייער חששות מצד סכנת נפשות איז דעמאלט איז דער דין שטייט ניט אין הלכות תלמוד-תורה, נאר אין הלכות כיבוד אב ואב.
¶6לכאורה איז דאס א דין אין תלמוד-תורה.
¶7האט מען דאס אריינגעשטעלט, אז אין וואס באשטייט דער ”כיבוד אב ואם”, אז אויב ער רעכנט אז בא דעם אופן וועט ער מער מצליח זיין, איז דער ”כיבוד אב ואם” די הלכה אין דעם, אז ער זאל ניט פאלגן, אפילו אז יענער זאגט ביי אים, אז דאס איז אן ענין של סכנת נפשות.
¶8על אחת כמה וכמה, אז אויב די טענה איז, אז דאס וועט מאכן שווערער דעם ענין הפרנסה אדער אז דער ענין הפרנסה וועט זיין ניט אויף מוסרות ומוסרות דמוסרות, נאר ס'וועט זיין אויף דעם ענין וואס ב גד ”לחם לחיל ובגד ללבוש” ווי יעקב האט געבעטן און האט אויף דערויף געזאגט אשר את אתרענו לך.
¶9וואס דאס איז אויך דער מוסר השכל לכל אחד ואחת, ובמיוחד ווען ס'רעדט זיך וועגן חינוך פון גאר קליינע קינדער ליגט דאך דאס אינגאנצן אין די הענט פון דער עקרת הבית וואס זי געפינט זיך מיטן קינד, משא' כן דער רב האט מיט אים ווייניקער צו טאן, בפרט נאך אז ווי גערעדט ווען דאס רעדט זיך וועגן גאר קליינע קינדער.
¶10וכאמור לעיל, איז דער התחלת היסוד, ווען מ'שטעלט אוועק דעם קינד על מחונו, הויבט זיך דאס אן נאך גאר פון די קינדער-יארן, ווי ס'שטייט אין פסוק ”חנוך לנער על פי דרכו” וועט דאס אים העלפן אויף כי יזקין און ס'האט גענומען דריי טויזנט יאר, ביז וואנענט חכמה השרפואה איז אויך דערצו דערגאנגען און ער האט דאס אפגעדרוקט אין די ביכור, אז מ'זאל וויסן זיין,
¶11אז דאס וואס קומט ארויס דערנאך, כאן כי יזקין איז דאס פארבונדן מיט די איבערלעבונגען פון דעם קינד ווער ער איז נאך געווען קודם שהגיע לכלל בר מצוה, וקודם שהגיע צו עשר ”שנים ותשעת שנים ושמונה” ”שנים ושבע שנים”, נאר מיט יארן פריער, אט דעמאלט פורמט זיך אויס, און ס'שטעלט זיך אויס ווי דער מענטש וועט אויס זיין ”גם כי יזקין”.
¶12וואס כאמור, אט דאס ליגט דאך בעיקר אין די הענט פון דער מוטער, און בווחיו הגדול וואס געפינט זיך בבית מערער ווי דער אביו, וואס פון דער אחריות שבדבר פארשטייט מען אויך דעם זכות וואס זיי האבן, וואס זיי האט מען אנפארטרויט,
¶13אט דעם גרעסטן פקדון וואס דער אויבערשטער גיט, על דרך ווי מ'גיט אפ דעם פקדון דעם אויבערשטן, ביד חבקי דרוחי און אויף דערויף זאגט מען די מודה אני אזוי איז דאך אויך דא דער פיקארן וואס דער אויבערשטער גיט אפ עלטערן אז זיי זאלן ווערן שומרים און מחנכים אויף די נשמות שבישראל שירדה בגופים, אז זיי זאלן זיי מחנך זיין ווי ס'דארף צו זיין,
¶14אז ס'זאלן זיין גליקלאך באמת, וחייהם בעולם 'הזה הגשמי', גליקלאך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, איז אט דעמאלט, אתה שומר פקדון שבידך וועט דעמאלט היא דער אויבערשטער דער פקדון שבידו, ווי ער שטייט אין מדרש,
¶15און אין אן אופן פון צד הטוב, אז עלטערן וואס זיינען מחנך די קינדער פון קינד ווייז אויף, ובמיוחד וואס דאס הענגט אפ, כאמור, אין דער עקרת הבית, אין דער מוטער אדער א ביסל, אין דעם עלטערן ברודער אדער די שוועסטער, אויף פירן די קינדער נאך בטרם י
¶16אביא ועמאו זאל ער שוין גיין בדרך התורה והמצוה, אנהויבנדיק נאך פריער און נאך פריער, ביז ווען קדוש יאמר לו פון אשי כמאן דמהילא דמיא און בא זכר פון יום המילה, וואס אט דעמאלט הויבט זיך שוין אן דער צורתו אלס א איד ווי אן אדם ראוי לשמו,
¶17ווי דער אפטייטש פון שלא ”אדמה לעליון בצלמנו כדמותינו”, סיי מיט דער נשמה און סיי מיט דעם גופא, בו בחר השם.
¶18און אט דעמאלט שטעלט מען אויף די ”צבאות הוי'” מיט וועלכע מ'וועט גיין אנטקעגן משיח'ן, זאגנדיק ראו גריאי גידולים שגידלנו מתוך שמחה וטוב לבב, ובמהרה בימינו.