transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1איז דאך דא אויך אין די שיחות פון יו' טעס כסלו, וואס מ'האט געפרעגט ביים ”רבי'ן מהר אש'ן” וואס ער האט געענטפערט, וואס דארט איז ווי די רביים שטעלן זיך אויס אין סדר פון ספירות, אז דער בעל שם טוב און דער מגיד און דער אלטער רבי איז דאס ווי כתר און חכמה און בינה,
¶2וואס פון ספירות ווייס מען דאך ווי דאס איז אין 'כחות הנפש', אז כתר איז דאס די כחות מקיפים שבנפש, און חכמה ”בינה וביחוד בינה” איז דאס די כחות פנימיים.
¶3וואס מקיפים איז דאך כפשוטם דער ענין אז ס'איז דא ענינים וואס זיינען בגלוי און דא ענינים וואס זיי זיינען בהעלם דא זיינען זיי, נאר דער אופן מציאות זייער איז בהעלם, און ניט בפירוש.
¶4וואס אט אזוי איז אויך געווען די חילוקי ההנהגות, ווי ער איז מבאר אין דער שיחה, און וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אט דאס וואס מ'רעדט אז זיי זיינען געווען פופצן יאר צוזאמען,
¶5וואס ווי גערעדט פריער אין דעם מדרש וואס דער חידה ברענגט, איז דאס פופצן יאר וואס דאס איז פארבונדן מיט 'לימוד התורה', וואס דאס איז אויך פארשטאנדיק על פי המבואר, אז ”בכל בנייך לימודי” הו איז דאס פארבונדן מיט יו דקא, וואס דאס איז 'הבנה והשגה' מוחין שבראש, וואס יו דקא איז דאך בגימטריא חמשה עשר,
¶6ס'איז דאך אויך דעמאלט געווען די עבודה בבחינת מרכבה ”כל ימיהם וכל” עשייתיהם, איז אט דאס איז ניט לאו דוקא אז ס'זאל ארויס בגלוי אין א מספר שנים צי דאס איז נכלל געווארן אין די פופצן יאר און דאס איז ניט ארויס בגלוי.
¶7על דרך ווי מ'זאגט אויך בא די ג' אבות, אז זיי זיינען געווען חמשה עשר שנים ביחד, וואס אין די ג' אבות איז דאך אויך געווען ענינים שבגלוי און ענינים שבסתר, דערפאר וואס ס'איז דאך געווען פאר מתן תורה, און דער גילוי האט זיך אנגעהויבן פון מתן תורה ווען ס'איז בטל געווארן די מחיצה, פאר מתן תורה איז געווען מערניט ווי א התחלה,
¶8ווי ער זאגט אין לקוטי תורה להאריז"ל און מבאר בארוכה אין חסידות, אז דער יחוד האט זיך אנגעהויבן פון די אבות, אבער דער עיקר איז געווען בשעת מתן תורה, וואס תורה איז דאך עניני ”תורה אור” אז ענינים זאלן שטיין בגלוי איז אויך דעמאלט געווען פופצן יאר, אף על פי וואס דאס האט כולל געווען די פיר און צוואנציק שעה פון מעת-לעת,
¶9איז אבער בגלוי געווען פופצן.
¶10דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בהנוגע אז ס'הויבט זיך אן די עבודה מצד אין אן אופן פון פנימי, וואס דאס האט זיך דאך אנגעהויבן די תביעה און דער סדר און די הנהגה אין תורת חב"ד פון דעם אלטן רבי'ן, איז אט דארטן דארף ארויסגיין בגלוי ניט נאר די פופצן נאר אויך די אנדערע נייען, אז ס'זאל ווערן פיר און צוואנציק.
¶11וואס דאס איז אויך דער דבר פלא וואס מ'געפינט אז דער אברהם יצחק ויעקב פון תורת חסידות חב אדער ווי ס'רעדט זיך אמאל דער ”חכמה, בינה, ודעת אין” השתלשלות,
¶12וואס אין כוחות פנימיים הויבט זיך דאך אן פון חכמה, איז דאך דער אלטער רבי און דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק איז דאך דאס 'חכמה, בינה', ודעת, און ווי ס'איז דא אויף דערויף אויך די שיחה פון דעם רבי'ן, פון דעם נשיא, פון דעם שווער, איז געפינט מען דאך
¶13אז זיי זיינען געווען ביחד בעלמא דין פון שנת תקמ ט ערב ראש השנה, וואס דעמאלט איז נולד געווארן דער צמח צדק, ביז תקע"ג וואס דעמאלט איז געווען די הסתלקות פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דאס קומט אויס פיר און צוואנציק יאר, ניט פופצן יאר ווי דארט איז,
¶14נאר כד' שנה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז דאס מאכט בגלוי די כד' שעות היום.
¶15וואס דאס איז אויך בהנוגע עילנו, אז מאנט דאך חסידות אז די אלע ענינים זאלן אראפקומען בנוגע לפועל, ובגלוי אפילו די ענינים פון מקיפים אויך, אדער ווי אין עבודה, אז די עבודה איז מצד חיי יחידי דארף דאס אראפקומען און ס'דארף זיין ניכר אין דעם חן, אין דעם מעשה בפועל,
¶16ביז אין דעם עקב שברגל, וואס אט דאס איז א ”חיים יחידו, טוען” זיך אן אין כחות פנימיים, וואס דעמאלט שטייען זיי אויך אין אזא מעמד ומצב וואס כל עניניהם זיינען דערנאך אויך ממשיך בגלוי, במילא דערנעמט דאס ביז'ן עקב ניט נאר די פופצן שעה פון 'לימוד התורה',
¶17נאר אויך די נייען שעה פון תפילה, וואס תפילה איז דאך ענינה ”בכל דרכיך דעהו” ”דע לפני מי אתה עומד” במילא קען דאס זיין באכילתו ובשתייתו, מיט די אלע פרטים וואס ער רעכנט אויס.
¶18וואס דערפאר איז בדרך אפשר קען מען זאגן, אז דאס וואס איז ארויס דערנאך בפועל, אז די חכמה דג' ראשונים פון תורת חב"ד זיינען געווען ביחד די כ' ד' שנים בעלמא דין, וואס דאס האט פועל געווען, ס'זאל אראפ בגלוי אין כ' ד' שעות,
¶19און דאס גיט א כח החסיד אז ער האלט זיך אן אן דער קליאמקע, זאל ער דערנאך קענען דורכפירן אז די אלע פיר און צוואנציק שעה אין מעת לעת איז וואס ער זאל ניט זיין און וואו ער זאל זיך ניט געפינען און וואס ער זאל ניט טאן אפילו אין דעם שלאפן זאל דאס אויך זיין דער ויקאת יעקב משנתו זאל דאס ניט זיין א שלאפן, נאר ממשנתו, אין שלאף לערנט ער אויך תורה, ועל דרך זה בכל שאר עניניו.
¶20וואס א לימוד און א סיפור פון נשיאים איז דאך דאס אויך א הוראה, און צוזאמען מיט א הוראה איז דאס אויך א נתינת-כח, וואס די נתינת-כח ווערט געגעבן אין ראש השנה, לחסידות, וואס דאס גיט דערנאך א כח אויף כל ימות השנה בהנוגע צו לימוד החסידות ודרכה החסידות, אז מ'זאל אויספירן ”במשך כל השנה כולה” אין דעם ”בכל דרך אחד” דעה בכל כ' ד' שעות פון מעת לעת,
¶21און זאל זיין אין אן אופן פון בגלוי, ביז אין מעשה בפועל, אז די פיאטע זאל אויך ווערן א חסיד'ישע פיאטע.
¶22חיים לחיים.