פסקה
פסקה rh-e1567zp0
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-xmpdmt2s
- order
- DT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס ער האט געטאן, און זעט אז ער האט געהאט גרויסע דערגרייכונגען איז ניט דאס איז די אמת'ע מאס אויף צו וויסן צי האט ער ממלא-געווען תפקידו, צי האט ער ממלא-געווען זיין שליחות אין דער וועלט, ווען איז א מענטש, און א איד בפרט, ממלא זיין שליחות בשעת ער נוצט-אויס אין דער פולסטער מאס די אלע מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, און ווי שוין גערעדט מערערע מאל, דאס איז ניט נאר אזוי ווי ער נוצט דאס אויס ניט אין דער פוסטער מאס, האט ער ניט געהאט די גאנצע תועלת אין דערויף, נאר ס'איז אויך, כביכול, מאכט ער דורך דערויף א חסרון אין דער אויבערשטער באשאפונג, ווארום די תועלת, די מעגלעכקייטן וואס א איד און א מענטש בכלל באקומט, באקומט ער דאך פון דעם אויבערשטן, און זיכער וויל ד אויבערשטער, אז די כחות וואס ער גיט זאלן אויסגענוצט ווערן אין דער פולסטער מאס, ובפרט נאך, אז בשעת מ'נוצט דאס אויס אין דער פולסטער מאס האבן דערפון די תועלת האבן דערפון די פראפיט, און ער ווערט אנטוויקלט אין דער פולסטער מאס די תועלת פון די אלע וואס געפינען זיך ארום אים, ביז וואנענט אז דאס ברענגט אויך א תועלת אין דעם גאנצן ארום אפילו
- proofread
- 0