Paragraph
Paragraph rh-e029h8kf
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qwn5ptks
- order
- gG
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דער נאמען זיינער איז דאך צמח און צדק פארבונדן מיטן גואל צדק, כמדובר לעיל בארוכה. און דאס שטייט ביידע צוזאמען. פונקט אזוי ווי אין קוממיות האט מען די ביידע אפטייטשן, סיי קומא אחת און שני שתי קומות, אזוי אויך בהנוגע און די שתי קומות שטעלן זיך צוזאמען פון עשור העתרנו פון צוויי מאל מאה, האט מען דאס אויך בנוגע צום צמח צדק בפשטות? איז דאך פריער געווען מאה שנה, און דערנאך איז געווארן ווי היינטיקע יאר איז געווארן מסיים שנה, און די מסיים שנה שטעלן זיך צוזאמען פון צוויי מאל מאה, כמדובר ומובן, וגם פשוט ומובן, פון די דרושים פון צמח צדק עצמו. וואס דאס איז אויך, כמדובר, מיט כללות הסדרה, וואס ס'רעדט זיך איבער אין דעם ענין פון וילך, וואס דאס איז דאך א הליכה וואס דאס ווערט דוקא דורך בריאת אדם הראשון, וואס ביז דעמאלט איז ער געווען אן עומד, און ער איז געווארן א מהלך דורך בריאתו, ווי ס'איז געווען די בריאה שלו בראש השנה איז ער געווארן א מהלך כמוזכר לעיל. און דעם מהלך טוט ער אויף ביידע ענינים, ווי ס'הלכתי בתוכם און ווי ער זאגט אויך אין פרקי רבי אליעזר, אז אדם הראשון, נאך זייענדיק אין גן עדן, איז פון די עיקר'דיקע ענינים וואס ס'ווערט דערמאנט בפירוש וואס ער האט געלערנט זאגט ער אין פרקי דרבי אליעזר, אז דאס איז חשבון פון עיבור השנה און קידוש הלבנה, כמוזכר לעיל. און דאס זאל זיין, כמדובר, בהנוגע צו והחי יתינה לבו אויף אויפטאן בנוגע צו ענין הצדקה, ווי גערעדט כמה פעמים.
- proofread
- 0