עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

40 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער יום הגאולה פון דעם מיטעלען רבי'ן האט אין זיך נאך א ענין וואס דאס קומט בהמשך צו יום ההסתלקות שלו, וואס דאס איז אויך יום ההולדת שלו, וואס דער יום הגאולה בי' כסלו, און דער יום ההולדת ויום ההסתלקות איז דאס מיט די יום שלפניו בט' כסלו,

2וואס על פי תורה איז דאך ימים וואס קומען, איינע רצופים, איינע נאכן צווייטן, ווערן זיי פארבונדן, ביז אז דער מקצת יום שלפניו, דער סוף פון יום שלפניו מתחילת יום שלאחריו, ווערן פארבונדן און נתאחד, ביז וואנענט אז ס'איז דא כמה דינים בפועל,

3בדוגמא ווי מ'זאגט אויך בנוגע צו תפילה, אז רב הבוצלי, די תפילה פון שבת צו ענדע פון ערב שבת, די תפילה פון שבת, און די תפילה פון מוצאות שבת אין שבת, ועד"ז איז דערפון אויך פארשטאנדיק ווי דאס איז בשאר הימים.

4אף על פי ומכל שכן וקל וחומר, אז מ'זאגט דאס בנוגע צו א חילוק עיקרי וואס אין יום שלפניו ושלאחריו, ביז וואנענט אז מ'דארף אויף דערויף זאגן המבדיל, אז דאס איז א הבדלת ביניהם, איז אף על פי כן איז צלי פון שבת און ”ערב שבת, אדער שבת ומוצאי שבת” ביחד,

5עאכו"כ אין ימים וואס דארט איז ניטא קיין חיוב עא פי תורה פון להבדיל אז דארט איז די סוף יום שלפניו און תחילת יום שלאחריו, איז ניט נאר אז זיי שטייען בסמיכות,

6וואס דאס גופא איז שוין אויך א שייכות, ווי רש"י ברענגט אראפ בכמה מקומות, אפילו אין לימוד על דרך הפשט, אז למה נשמחה אי פרשה מיט א צווייטע פרשה, כדי מ'זאל אפלערנען פון איינע אויף די צווייטע.

7איז דאס ניט נאר אן ענין של סמיכות, נאר כמה ענינים פון יו"ד כסלו הויבן זיך שוין אן אין ט'ס כסלו, ווי מ'זעט דאס אויך בהנוגע לאמירת תחנון אין מנחות פון ט'ס כסלו זאגט מען דאס ניט, מצד דערויף וואס דאס איז פארבונדן מיט יו"ד כסלו, ועד"ז ענינים בשער הים אין דוגמתם.

8ביז איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז אויך די ענינים פון ט' כסלו האבן א שייכות און גייען אריין אין יו' כסלו, אז דארט איז אויך ניכר די השפעה.

9ובפרט אז דא דארף מען דאך ניט האבן קיין פירושים וביאורים, צי דאס איז דאך אן אויבן-אויפיקע, זעט מען שוין די השפעה, אז יום ההולדת איז דאך ”מזלו גובר”, איז דערפון אויך פארשטאנדיק א גאולה וואס באווייזט דאך אז דעמאלט האט ”מזלו גובר” געווען, ביז וואנענט אז יצא ממצב הקודם,

10וואס ווערט אנגערופן בשם גלות אדער מעשר בערך מצבו ומעמדו עתה, איז דאך דאס א גילוי בפועל פון ”מזלו גובר”, וואס ”מזלו גובר” איז דאס פארבונדן מיט יום הולדת, כמדובר כמה פעמים.

11וואס דאס איז אויך פארבונדן מיטן ענין פון יום ההסתלקות, ובפרט על פי מאמר הזל הידוע, אז היום וואס שטייט בא משה רבינו איז וואס ס'שטייט א צווייטן מאל לערנט מען אפ מיטורא, אז מכאן,

12אז הקב"ה ”ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום ומחודש לחודש”.

13וואס דאס איז דאך אויך פון איינע פון די ענינים אין וועלכע ס'טיילט זיך אויס דער בעל הגאולה מכמה וכמה נשיאים, עאכו"כ פון סתם צדיקים, עאכו"כ פון סתם בני ישראל, וואס מ'זעט בא אים בגלוי ווי אזוי ס'איז געווען ”ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום ומחודש לחודש”.

14וואס מ'געפינט דאס צום אלעם ערשטן, ווי געזאגט פריער, ווי די גמרא ברענגט דאס אראפ בנוגע צו משה רבינו, גואל ראשון און נשיא ראשון,

15”ויהי בישורון מלך” און מ'זעט דאס אויך בפועל, אין גאר זעלטענע פאלן, ביז ווי מ'זעט דאס בגלוי בנוגע צו דעם בעל הגאולה, וואס זיין יום הולדת און זיין יום ההסתלקות איז געווען באותו היום, בט' בכסלו.

16וואס דאס איז דאך א מאמר המוסגר צריך ביאור פארוואס איז דאס טאקע אזוי אז מ'געפינט דאס מערניט ווי בא יחידי סגולה, ביז וואנענט אז אפילו בזמן השעת וכיוצא בזה געפינט מען אויך ניט אז ס'זאל שטיין בפירוש אז פלוני בן פלוני ביום שנולד איז דאס איז אויך געווען במלא שנותיה מיום ליום.

17אבער ס'איז דא בנוגע אויך א הוכחה אז ס'איז ניט געווען ”בית היום שנולד”.

18עאכו"כ פון די דורות האחרונים וואס דעמאלט ווייס מען דער יום ההולדת, און ס'איז קיין ספק ניט אויף די גדלות און די צדקות פון די מענטשן וועגן וועלכע ס'רעדט זיך, בדוגמא ווי ס'איז דאך דא בא כמה גדולי ישראל וואס אויך פארצייכנט דער יום ההולדת שלהם, בדוגמא פון דעם רמב"ם וכיוצא בזה,

19און מ'זעט אז דאס איז ניט דער יום שנסתלק, ניט דער יום שבית, אע' פי וואס ער איז דאך ממשה עד משה לא הי' כמשה, און אין דעם ענין געפינט מען א חילוק.

20על כל פנים וואס בנוגע ווי גערעדט פריער, אז פון יעדער ענין ארויסנעמען א הוראה בפועל, איז וויבאלד אז מ'ווייס אז דאס איז דאך א מעלה, וואס די גמרא איז כפשוטה זאגט אין דעם א מעלה, אז וויבאלד אז דאס איז צדיקים איז ממלא שנותיהם,

21און דאס איז א מעלה וואס ווערט אפגערופן אז דער אויבערשטער אליין איז ממלא, דערגענצט, אז ס'זאל זיין ימים שלימים, און ווי דערנאך איז די גמרא ממשיך, אז דאס איז כמו שנאמר, ווי דער פסוק זאגט ”את מספר ימיך עמלא”, און מ'געפינט דאס בגלוי, כאמור,

22דוקא בא דעם יום בדורותינו האחרונים, בא דעם בעל הגאולה.

23וואס וואס איז דערפון די הוראה לאנשים כערכנו, איז דאך כמדובר לעיל, אז וויבאלד אז ”הנשיא הוא הכל” איז ווערט דאס נמשך צו די אלע וואס ההולכים באורחותיו, ביז אין אן אופן פון ”נצח סלה ועד”, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש הידועה פון זיין פאטער, וואס ער איז געווען זיין ממלא מקום פון דעם אלטן רבי'ן,

24ווערט צו זיי אויך נמשך, בדוגמא פון א שמש וואס זי איז ”מאיר לארץ ולדרים” עלי ביז וואנענט ווי ער זאגט אין תיקוני זהר איז זי אויך מאיר בלילה צו ”ששים ריבוא כוכבים”,

25וואס כוכבים זיינען דאך ענינם ומציאותם ווען דער שמש איז שוין ובא א שמש, לאחרי שנסתלק פון דעם עולם,

26איז פונדעסטווינגען איז ער אויך דעמאלט מאיר, ביז וואנענט ווי ער איז מבאר אין אגרת הקודש האמורה ושלפניה בארוכה ווי אזוי דאס איז מאיר און דאס האט גידולים וגידולי גידולים ביז בפועל, און ער ברענגט אויף דערויף אראפ דעם לשון פון תיקוני זהר, אתפשטושא דמשה ”בכל דרא ודרא”,

27אע' פי וואס דאס איז כמה עשיריות דורות לאחרי וואס ס'איז געווען ובא השמש אז ס'איז געווען לאחרי חיים חיותו בעלמא דין פון משה רבינו.

28וואס על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק בהנודעה די נשיאים ממלאי מקומו, וואס זיי זיינען אויך געווען רואים נאמנים וכידוע דער בריאה פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז א צדיק א נשיא,

29ליעזוב צור מאריתו ווערט נמשך מהם, איז פון ”בכל דרא ודרא” מעין עבודה וואס זיי האבן געמאנט, א נתינת-כח, אז מ'זאל קענען ממלא זיין די עבודה,

30בפרט נאך אז דער יום הגאולה איז פארבונדן מיט יום ההולדת, ”והימים האלו נזכרים ונעשים”, און פארבונדן מיט יום ההסתלקות, וואס דעמאלט איז דאך ווי ער זאגט אין די אגרת הקודש אז כל עבודתו אשר עבד בה במשך כל ימי חייו,

31איז אט דעמאלט שטייט דאס בגלוי און ס'איז ”פועל ישועות בקרב הארץ” דא למטה, ביז אפילו אויף ארויסנעמען ענינים וואס זיינען נאך למטה פון קליפת נוגה, ווי ער איז דארט מבאר דעם ענין בארוכה,

32איז אט דעם כח גיט מען צו די אלע וואס גייען שוין באורחותיו, צו די אלע וואס זיינען מחליט אז זיי וועלן גיין באורחותיו, און 'מחשבה טובה' פון א אידן איז דאך ”הקב"ה מצרפה למעשה”, אויך ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין דעם מאמר, אז דער אויבערשטער שטעלט אים דערנאך צו ער זאל קענען די מחשבה,

33אראפברענגען אין א מעשה ווערט דאס א צירוף פון מחשבה מיט מעשה ביחד, אז אט די אלע החלטות טובות וואס מ'מאכט בשעת דעם טאג ולאחרי זה, אונטער דער השפעה פון דעם טאג,

34וברוח ועל פי הוראת יום זה, אז פון דער 'מחשבה טובה' בהחלטה טובה זאל דאס אראפקומען במעשה בפועל, און דאס זאל זיין אין אן אופן ווי ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין הפצת המעיינות חוצה, ווי מ'זעט דאס במיוחד בא דעם בעל הגאולה און בעל יום ההולדת ויום ההסתלקות,

35כפי שיתבאר לקמן, זאל אזוי יעדערער נעמען דערפון א הוראה, און צוזאמען דערמיט האט ער אויך א נתינת כח, ביז אז ”הקב"ה עוזרו” דורכפירן דאס בפועל ובקרוב ממש.

36און דאס זאל נאכמער צוהיילן דעם ”פדה בשלום נפשי”, ווי דער בעל גאולה איז דאס מבאר בספרו, אין דעם מאמר וואס הויבט זיך אן על הפסוק ”פדה בשלום” נפשי,

37אז דער אמיתית ענין פון ”פדה בשלום נפשי” אע' פי וואס דאס איז דאך ”אין מקרא יוצא מידי פשוטו” איז געזאגט דוד המלך על מעמדו ומצבו, און דערנאך איז געווען מער בשלימות בימי שלמה, וואס שלום יהיו בימיו,

38אבער דער 'תכלית השלימות' פון ”פדה בשלום נפשי” ווען ס'וועט זיין בביאת משיח צדקנו זאל דאס זיין אין אן אופן פון אחישנה אויך מיט די אלע מעלות וואס ס'איז דא אין בעיתה, ווי ער איז מבאר בארוכה די חילוקים שבדבר אין די ספרים און דרושים פון דעם ”בעל הגאולה אין” שערי אורה,

39איז כן תהי' לנו, ובקרוב ממש, די גאולה האמיתית והשלימה, והקיצו ורננו שוכני עפר והם בתוכם ובעגלא דידן, בטוב הנראה והנגלה.

40לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions