English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

142 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1איז דאך כרגיל ווי אויך דערמאנט פריער, וואס דער אלטער רבי שרייבט בסיום פון תניא אין אגרת הקודש, וואס די בני המחבר האבן צוגעשטעלט אין דעם חלק רביעי אין אגרת הקודש ובסופו אין קונטרס אחרית, ווי ס'איז געדרוקט איצטער איז דאס בסיומו, ובפרט ווי דער רבי נשיא דורנו האט דאס מחלק געווען אין שיעורי השנה,

2בנוגע צו מחלק זיין דעם שעת להשנה בכל בית הכנסת וכו ווי ער שרייבט דארט די פרטים.

3וואס דערפאר איז דאך אויך רגיל בי'ט'כסלו מאכן א סיום אדער א התחלה אדער ביידע זאכן אויף א מסכתא וכיוצא בזה.

4וכמדובר כמה פעמים, האט מען געמאכט סיומים אויף כמה מסכתות וענינים, וויבאלד אז מ'האט מדגיש געווען פריער אויך דעם ענין וואס דער אלטער רבי איז מדגיש אין אגרת הקודש ביחת בקשר לי"ט' כסלו, אז

5ווען ער האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום” איז יצאת בשלום מה' שלום ואתיין בשלום, אלץ די הדגשה פון שלום, וואס דערפאר האט מען דאך אויך אראפגעבראכט דעם סיום פון ששה סדרי משנה, וואס דארט איז ער אויך מסיים בשלום אז ”אמר ר' שמעון בן חלפתא” למטר הקב"ה קודם ”מחזיק ברכה לישראל לב להשלום” וואס

6דארט שטייט דאך בפשטות, קודם מחזיק ברכה איז דאך דאס משמע וואס פאר א ברכה ס'זאל ניט זיין, סיי בעולם הזה און סיי בעולם הבא.

7וואס דאס האט דאך אויך א קשר מיטן סיום פון דער גמרא שבשס, וואס דער סיום אין גמרא איז דאך אין מסכתא נדער, וואס דארטן פארענטיקט זיך אויך מיט אן ענין פון תורה,

8”השונה הלכות בכל יום”, און דעמאלט זאגט ער ”מובטך לו שהוא בן עולם הבא”, וואס אין עולם הבא איז דאך ניט שייך צו זאגן דער שלום, ווארום דארט איז דער ענין השלום און דארט איז דאך ניט שייך צו זאגן דער ענין המלחמה, נאר וואס דען?

9דארטן איז דער ענין פון ”הליכות עולם לו” אז ער ווערט דארט א בעל-הבית, ”אל תקרי הליכות אלא הלכות”.

10וואס על דרך זה אויך איז דער סיום פון דער ערשטער מסכתא אין שס, וואס דאס איז מסכתא ברכות, ובפרט ווי גערעדט אמאל בארוכה, וואס ווי ס'ווייזט אויס איז דאך אין דעם סדר פון די ששת דרים איז דא דער סדר ווי ער זאגט אויף דערויף דעם סימן, אין תיקוני זהר, זמן נקד, וואס דאס איז דער סדר ווי ביי אונז איז דאס הויבט זיך אן מיט זרעים,

11און פארענדיקט זיך מיט טהרות, און דערנאך איז דא דער סימן פון די ששת דרים, 'נזם קטן' אז ס'הויבט זיך אן מיט נשים און ענדיקט זיך מיט נזיקין, אבער ווי ס'ווייזט אויס איז לויט ביידע סדרים, איז די מסכתא ראשונה איז דאס מסכתא ברכות, ווי פארשטאנדיק פון דעם ביאור פון מהריד פון ר' אושעי' דע טרניא, וואס געדרוקט שוין אין די שעת'ן,

12אז דאס וואס ס'הויבט זיך אן מיט ברכה איז דערפאר וואס ”ראשית חכמה יראת” ה אז די ראשית פון תורה שבעל פה, וואס דאס איז דער עיקר ענין החכמה,

13איז דאס יראת ה אט די מסכתא וואו ס'רעדט זיך וועגן קריאת ”שמע ותפילה” ענינים פון יראת ה וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז וואס פאר א סדר זאלן זיין אין די סדרים איז 'ראשית חכמה' די ערשטע מסכתא איז דאס די מסכתא ברכה.

14און דער סיום פון דער מסכתא, וואס זי איז די פתיחה און די ראשית פאר ”כל השישות דרים”, איז דאך אויך פון ”תלמידי-חכמים מרבים שלום בעולם”, און ווי מ'ברענגט אויף דערויף אראפ די כמה וכמה פסוקים.

15וואס די שייכות פון ”תלמידי-חכמים מרבים שלום בעולם” מיט דעם סיום פון ששה סדרי משנה, ל”מצה הקב"ה קודם מחזיק ברכה לישראל אלא השלום” וואס לכאורה ווערט דא גאר ניט דערמאנט תורה בגלוי, מערניט ווי דאס איז מרומז וואס ער ברענגט אויך אראפ דעם חצי פסוק הראשון השם עוז לעמו יתן אין עוז אלא תורה,

16איז דאס פארשטאנדיק לויט דעם סיום פון רמב"ם אין הלכות חנוכה, וואס ער ברענגט דארט אראפ דער מאמר הספרא, אז ”התורה ניתנה כדי לעשות שלום בעולם, שנאמר דרכיה דרכי נב וכל נתיבותי' שלום”.

17איז דאס מחבר די ביידע סיומים, דער סיום פון מסכתא ברכות וואס ס'רעדט זיך וועגן תלמידי-חכמים, מיט אט דא וואס מאכט דעם שלום בעולם, מיט דערמיט וואס אין סיום פון ששה סדרי משנה אז דאס איז ”כלי מחזיק ברכה, אלא השלום” איז דאס מקושר ומבואר דורך דעם רמב"ם וואס ער ברענגט אראפ לפסק-דין דער מאמר הספרא,

18אז וויבאלד אז ס'דארף זיין שלום, וואס דאס איז דער ”כלי מחזיק ברכה” אט דאס איז טאקע די כוונה פון תורה, ווארום ”תורה ניתנה כדי לעשות שלום בעולם”.

19אז קעגן וואס ברענגט דאס דער רמב"ם אין הלכות חנוכה?

20איז קודם לזה ברענגט ער אראפ דער ענין ווי איז דער דין בשעת ס'איז דא 'נר חנוכה' מיט נאך ענינים, ובפרט דער דין פון ”נר חנוכה ונר ביתו” דער נר פון שבת, וואס דאס איז פארום שלום בית,

21און זאגט אויף דערויף, אז דער נר ביתו איז קודם דערפאר וואס דער ענין זיינער איז דאך שלום ביתו און צוליב שלום איז שמו של הקב"ה ”נמחה על המים” כדי ”לעשות שלום בין איש לאשתו”,

22ווארום דערנאך איז ער ממשיך 'וגדול השלום' שהתורה ניתנה לעולם כדי ”לעשות שלום בעולם”, און מ'שטעלט אויך אריין דא דעם דין אז ווי איז דער דין אז ”קידוש היום ונר ביתו”?

23איז אויך דערציילט דער נר פון שבת איז אויך ”נר ביתו קודם” דערפאר וואס דאס איז 'גדול השלם'.

24וואס אט דא ווערט גלייך די שאלה דער סדר רמב ם, און וואו ער שטעלט אריין די הלכה איז דאך אויך בדיוק וויבאלד אז דאס זאגט ער, אז ”נר שבת איז קודם לנר חנוכה” דערפאר וואס 'גדול השלם' האט דאס לכאורה געדארפט שטיין אין הלכות שבת,

25על אחת כמה וכמה אז דערצו איז ער נאך מוסיף א דין וואס האט בכלל קיין שייכות ניט צו הלכות חנוכה, אז ווי איז דער דין פון נר שבת און קידוש היום פון שבת?

26איז דעמאלט דארף ער אויך אויסגעבן די געלט אויפן נר, ניט אויפן קידוש.

27וואס דאס האט דאך גאר קיין שייכות ניט צו חנוכה.

28משא' כן אז ס'וואלט געשטאנען אין הלכות שבת איז פארשטאנדיק גלאט פארוואס ס'שטייען די אלע פרטים, ס'שטעט 'נר חנוכה' דערפאר וואס דאס באווייזט דעם תוקף און דעם עילוי וואס ס'איז דא אין נרות שבת, ביז וואנענט, אז כאטש חנוכה האט פרסומי ניסו איז דאס איז גדול וואס האט שלום בית, און ס'איז אויך פארשטאנדיק פארוואס ס'שטייט דער דין פון קידוש היום ונרבותו.

29האט דאס דער רמב אריינגעשטעלט אין הלכות חנוכה, און וואס צוליב דערויף האט ער שוין במילא אויך געדארפט אריינשטעלן דעם דין פון ”נר ביתו, ומקידוש היום”, וואס האט אינגאנצן קיין שייכות ניט זיך איינגעשטעלט.

30דערנאך איז דא אויך דער ענין וואס ער זאגט, א ראיה אויף דערויף א טעם, וואס דאס געפינט מען ניט דעם טעם אויף דערויף, אין דער גמרא שטייט דער טעם, א ”נר ביתו קודם שלום ביתו” עדיף.

31דער רמב"ם ברענגט אויף דערויף א ראיה.

32וואס איז די ראיה? דערפאר וואס נמחק שמו ”על המים כדי” ”לעשות שלום בין איש לאשתו”.

33וואס אט דא ווערט אינגאנצן ניט פארשטאנדיק.

34”לעשות שלום בין איש לאשתו” איז וואו ס'ווערט נאר געבראכט אט דער ענין, עטלעכע מאל אין שס און אין במדבר רבה און אין דברים רבה וכו ווערט דאס אומיט אומגעבראכט אנטקעגן דעם ענין פון לעשות עליו בין איש לאשתו בנוגע פון א דין פון סוטה, וואס דאס איז נוגע צו קיום פון חיי און משפחה, אז ניט דארפן זיי זיך גזר, פאנאנדערגיין זיך.

35ס'ווערט אויך געבראכט אין מכות סנהדרין, בהנוגע אז ס'איז געווען א סכנה, קרש שיטין אז דוד האט געגראבן אויף צוגרייטן דעם בית המקדש,

36האט ער אויסגעגראבן די שיטים, במילא ער האט צוגעקומען צו טהון, איז עלה א טהון און האט געוואלט פארפלייצן די גאנצע וועלט, ביז וואנענט אז דוד האט געזאגט אז מ'דארף וויסן צי קען מען אריינווארפן אהינצו דעם שם, כאטש אפילו ער וועט נמחק ווערן, האט אין דערויף הכי טופל אפגעלערנט א קל-וחומר אז ”מה בשביל לעשות שלום בין איש לאשתו ימחה שמו” על המים על אחת כמה וכמה אויף מציל זיין ד

37אויף וואס ברענגט דער רמב"ם א ראי' אז ”כדי שלא יכשל בעץ ובאבן” דער גאנצער ענין פון נר שבת שלום בית איז ווי ער זאגט אין שולחן ערוך להלכה, אז אזוי ווי אין א הויז איז דא אן עץ און אבן, קען דאך זיין אז יכשל איז כדי ס'זאל ניט זיין קיין כשלום, במילא ס'זאל זיין שלום איז דערפאר דארף מען זיין אויף זיין ליכטיקן הויז.

38וואס איז דאס פאר אן ערך און א דוגמא פון לעשות בין איש לאשתו וואס דערפון לערנט מען אפ.

39דערנאך איז אויך ניט פארשטאנדיק וואס ער ברענגט דערנאך דער 'גדול השלום', ווי מפרשי הרמב"ם ברענגט, וויבאלד ער האט שוין א ראיה אז ”נר ביתו קודם” דערפאר וואס פון כל שכן פון ”ימחו שמו על המים, לעשות שלום בין איש לאשתו” איז וואס איז דא בכלל נוגע די גדלות פון שלום?

40בכדלות פון שלום געהערט אין הלכות דיעות, אבער ניט אין הלכות חנתה.

41מפרשים זאגן 'כדי לסיים בדבר טוב', איז אז מ'וועט מסיים זיין דער 'גדול השלום' פון שלום עדיף איז דאס אויך א סיום טוב.

42ערשט מיט מחוייב מסיים זיין ימחו שמו ”לעשות שלום בין איש לאשתו” ערשטן איז דאס אויך אן ענין של טוב, ”לעשות שלום בין איש לאשתו”, עאכו"כ, מ'האט זיך געקענט שטיין אין א היפך'דיקן סדר,

43שום ”שימחה שמו על המים לעשות שלום בין איש לאשתו” איז דערפאר איז ”שלום נר ביתו” אדיר, צי ”נר ביתו קודם” וואלט אויך געוועלן 'לסיים בדבר טוב'.

44דערנאך איז דא נאך א דיוק, וואס ניט אלע שטעלן זיך אויף אזוינע דיוקים, און דאס איז דא א דבר פלא, בשעת מ'גיט א קוק איז דער רמב איז ווי ער טיילט פאנאנדער אויף הלכות טיילט ער אויף אן ענין, יעדער ענין האט דאך הלכה פאר זיך, הלכות שבת פאר זיך, הלכות יום-טוב פאר זיך,

45ימים-כיפורים פאר זיך, בשעת ס'קומט צו חנוכה ופורים מאכט ער דערפון איין הלכה, הלכות חנוכה ופורים.

46ביז וואנענט אז די צוויי פרקים פון חנוכה איז ניט דאס איז אויס פרק א' און פרק בי' נאר און פרק ד דערפאר וואס דאס קומט נאך דער פרק א' א' ב' פון הלכות פורים, פון הלכות נגילה.

47אמת טאקע, ס'האט צווישן זיך א דבר משותף, ווי דער רמב"ם שרייבט אין תחילה, אז שניהם זיינען ”מצוות מדברי סופרים”, און איז אז דערפאר, אז שניהם ”מצוות מדברי סופרים” דארפן זיי געלערנט ווערן אין איין הלכה, ס'איז לאו דוקא?

48ס'איז דא כמה הלכות וואס אלע זיינען מצות עשה מן התורה, און יעדער הלכה ווערט געלערנט ווערט אויסגעטיילט בפני עצמה אין רמב'ן.

49דער דיוק ווערט נאך מערער, מ'גיט א קוק הלכות עירובין איז דאס א פרט אין שבת, און ס'האט עטלעכע פרקים אינגאנצן, ציילט דאס דער רמב"ם אויס אין א באזונדער הלכה ס'איז דא הלכות שבת באזונדער און הלכות עירובין באזונדער, וואס דאס איז א פרט אין שבת.

50מ'זאגט א טעם, אזוי ווי דאס איז א מצוה מדברי איז דא כמה הלכות וואס האבן אין זיך סיי מצוות מן התורה סיי ”מצוות מדברי סופרים”, נוסף אויף דעם קישור, ווי גערעדט כמה פעמים,

51אז ס'דארף דאך זיין מקשר תחילתה לסופה וסופי לתחילתה דער סיום פון הלכות חנוכה, מיט דער תחילה פון הלכות פורים, און אויך מיט דער תחילה פון סדר זמנים וואס סדר זמנים הויבט זיך אן מיט הלכות שבת און ענדיקט זיך מיט הלכות חנוכה.

52וואס אט דא איז מודגש די התחלה, דער קשר פון סוף און תחילה, ווארום ער איז מסיים אויך מיט הלכות ”שבת, נר שבת קודם”, און נר שבת קודם סיי וועגן קידוש היום פון שבת סיי צו דער חנוכה שבשבת,

53און די התחלה פון סדר זמנים און ”ספר זמנים” איז אויך דער ענין פון הלכות שבת, וואס דאס איז אן אפענע שייכות און אן אפענע קשר.

54וואס דאס האט אויך א שייכות מיוחדת לשנה זו אין חנוכה איז דאך אכט טעג מוז זיין א שבת אחד, ס'קען ניט זיין קיין שבעה ימים, עאכו"כ שמונה ימים אן א שבת, ס'קען אבער אמאל זיין אז חנוכה זאל זיין דער גרעסטער אופן בנוגע צו שבת.

55וואס דאס איז ווי די קביעות איז בשנה זו.

56אין שמונה ימים קען ניט זיין קיין דריי מאל חר שבת, אין שבעה ימים קען ניט זיין מער ווי איין מאל שבת, אין שמונה ימים קען זיין אדער איין מאל אדער צוויי מאל,

57וואס די קביעות פון שנה זו איז דא צוויי מאל שבת, גלייך אז מ'גייט אריין אין חנוכה ווערט גלייך די שאלה דעם ערשטן טאג, ”נר חנוכה ונר שבת” וואס איז קודם און וואס איז עדיף?

58וואס די עדיפות פון נר שבת אויף חנוכה איז דאס ניט נאר ווען ער האט ווי ער זאגט דער רמב אז ער האט מערניט ווי א פרוטה אחת, און קען ער קויפן אדער דאס אדער דאס, אפילו אז ער האט ביידע זאכן, איז דאך דעמאלט אויך דא אן עדיפות, ס'איז ניט נוגע לפועל, ער האט געלט סיי אויף נר שבת סיי אויף נרות חנוכה,

59איז אבער וויבאלד אז נר שבת האט אין זיך א מעלה וואס האט ניט 'נר חנוכה' האט זי אט די מעלה אפילו ווען ער צינדט אן 'נר חנוכה' אויך.

60דאס הייסט, אז די אדיפוס איז אט דאס וואס ס'איז דא אין נר שבת, א ענין וואס איז לעילה פון דער ענין פון 'נר חנוכה' איז דאס אין חנוכה פון דעם יאר איז דאס צוויי מאל, סיי בהתחלת ימי חנוכה סיי בסיומו פון ימי חנוכה.

61וואס דאס איז נאך אן ענין נוסף אויף מקשר זיין די מיוטעס כתלו וואס טרעפט זיך איר וואס בכביעות שנה זו איז ב”יום ראשון בשבוע”, וואס דאס הויבט זיך אן דער יום ראשון פון דער וואך, וואס ויכולו ”את שמים ואת” וכל צבאם פון די ששה ימים איז דאס איז ביום השבת, וואס דאס איז דער ערשטער טאג פון חנוכה.

62בפרט נאך לויט ווי דער רמב אן טייטשט אפ זכור את יום השבת לקדשו אז דאס איז מצוה לזכור יום השבת בכל יום, און דאס איז וואס מ'זאגט בכל יום היום אזויפיל טעג בשבת קומט דאך אויס, אז ווען דערמאנט מען דעם שבת חנוכה הראשון דערמאנט מען אים צום ערשטן מאל אט דעם יאר ביום יו' תס כסבו, היינט ביום הראשון.

63וואס די נקודה בכללה איז אין ענין פון תורה ומירצות על כל פנים בקיצור איז דא אין דערויף צוויי ענינים.

64ס'איז דא דער ענין וואס מ'טוט און מ'איז מוסיף ”מעלין בקודש”, אדער פון רשות מאכן קודש, און דערנאך איז דא ווי דאס איז פון א דבר ההפכי, מאכן דערפון אן ענין וואס דאס איז ניט ענין הפכי,

65ביז וואנענט אז מ'מאכט דאס אן ענין פון ”זדונות נעשה לו כזחיות” ווי גערעדט בארוכה אין די התוועדות פון ימי תשעה.

66בדוגמא ווי מ'געפינט אין א מלחמה און א ממשלה כפשוטה פון א מלך בשר ודם, איז דאך דא די צוויי דיעות אין גמרא אין מגילה ווי ס'דארף זיין א הנהגה פון א מלך, אז פריער דארף ער כובש זיין בסמיכות לו און דערנאך די מדינות רחוקות,

67אדער די דיעה הפכית, ווי די גמרא ברענגט אראפ, אז פריער איז ער כובש זיין מדינות הרחוקות, ווארום מדינות הסמוכות וועט ער קיינמאל ניט פארשפעטיקן, על דרך זה ווי דאס איז בהנוגע צו דער ממשלה ומלוכה פון א בשר-ודם,

68על דרך זה איז דאס בנוגע צו דער מלוכה פון מלך מלכי המלכים אשר קדשנו במצוותיו וצונו אז ציווי המלך אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצונו איז דא אין דערויף ביידע הנהגות, ווי מ'איז כובש אז מדינה רחוקה ווי מ'איז כובש אז מדינה הסמוכה לו.

69וואס וואס איז דאס על כל פנים בקיצור?

70אט דאס איז דער חילוק פון נר שבת און 'נר חנוכה'.

71אין וואס איז באשטאנען 'נר חנוכה' ווי דער רמב"ם זאגט דער ענין פון פרסום ענות אז ס'איז געווען שמן, וואס דער שמן איז געווען א ”מדינה קרובה”, ס'איז געווען שמן טהור, נאר וואס דער?

72לא היו ”להדליק בו אלא יום” אחד דערנאך, איז וואס איז געווארן דער 'נר חנוכה'?

73אז אין דערויף גופא איז געווארן ניד לקו בו שמונה ימים וואס דאס איז געווארן א פרסום, א נס ו אין דער ”מדינה קרובה”.

74אין קדושה גופא, איז אנשטאט אז די קדושה האט מעיר געווען יום אחד האט דאס מוהג געווען שמונה ימים.

75וואס איז דער ענין פון נר שבת?

76”שלא יכשל בעץ ובאבן” איז דאס אן עץ פון אבן פון וועלכן ס'קען ניט זיין קיין כשלון וואלט מען ניט געדארפט האבן קיין נר שבת.

77אזוי ווי דאס איז אן עץ ואבן וואס א איד קען אין דערויף נכשל ווערן, כדי דאס צו באווארענען, ובפרט ביום השבת, וואס דעמאלט דארף זיין וקרתה לשבת אונה און ס'דארף זיין דער ענין פון מנוחה,

78און ס'דארף זיין דער ”כל מלאכתך עשוי” איז משום שלום בית, און נאך א דעה, אז אויך משום עונק שבת איז אויך דא שייכות צו נר שבת, איז כדי צו שולל זיין, אז דער עץ ואבן זאל ניט זיין קיין ענין של כישלים, שטייכלט ווערן, נאר אדרבא מ'זאל אים נוצן אויף גוטע זאכן אט דאס טוט אויף דער ענין פון נר שבת.

79וואס בכלל, כאמור, דארף זיין סיי נר שבת און סיי 'נר חנוכה', ס'דארף כובש זיין סיי די מדינות רחוקות סיי די מדינות קרובות, ס'דארף זיין בכללות סיי דער ענין פון 'עשה טוב' וואס 'עשה טוב' דארף דאך ניט זיין קיין ”מצוה הבאה בעבירה”, ס'דארף זיין אין א דבר רשות,

80ניט קיין דבר המנגד, דערנאך איז דא דער ענין פון א לא תעשה לא תוך על חלב לא תוך על דם אז ער איז דוחה א דבר המנגד, ס'זאל ניט אריינגיין בגבול ישראל.

81וואס על דרך זה בכללות איז אויך ווי גערעדט, ווי דערמאנט פריער, וואס ס'האט ער גערעדט אין תשעה די צוויי דרכים דער ענין אז זדונות זיינען זדונות און זכיות זיינען זכיות,

82דאס איז ער דוחה און דאס טוט ער שום רב 'עשה טוב', און דערנאך איז דא ווי אזוי די זדונות אויך מברר אין אן אופן אז ”זדונות נעשה לו כזכין” אז פון דעם ענין פון קישלי עץ ואבן אין וועלכע מ'קען געשטרויכלט ווערן, איז ניט נאר דאס ווערט ניט געשטרויכלט, נאר ס'ווערט דורך דערויף וואס ס'איז דא דער עץ ואבן,

83ווערט ביי אים א ציווי אז ער זאל מאכן ליכטיקן הויז אט דעמאלט קומט ביי אים אויך צו די ענינים פון עונג שבת, ווי ס'ווערט דאך אויך געבראכט די טעמים אויף נר שבת, אף על פי וואס דער עיקר הטעם איז דער שלום ביתו עדיף אויך דער טעם אז אין אדם טועם אז מ'האט ניט אזא נאה פון דעם מאכל,

84אויב ער זעט ניט דעם מאכל, וואס דערפאר אז דער נר שבת איז מאיר שולחנו אט דעמאלט האט ער א גרעסער הנאה אן אמת"ע הנאה אין די מאכלים ומשכים וואס ער עסט בשעודתו.

85וואס דאס קומט-צו א הוספה דורך דערויף וואס מ'דארף באווארענען דעם כשלום בעץ סיבה אבן.

86וואס אט דא ווערט דאך בדוגמא ווי אין די צוויי דיעות בנוגע אין פורים על דרך זה די שאלה בנוגע צו חנוכה, וואס אין חנוכה איז דא די מציאות אז ס'זאל זיין נר שבת וואס דאס באווארנט כשלום בית ואבן, א מדינה רחוקה,

87און דערנאך א נר שבת, און דערנאך א נר חנה כפרסומי ניסא, אז אין קדושה גופא ווערט אן אור פון יום אחד ווערט דאס ”מאיר לשמונה ימים”.

88און אויף דערויף זאגט מען אז שלום ביתו עדיף אז די ערשטע זאך דארף מען באווארענען די ”מדינה קרובה”, די ערשטע זאך דארף מען בחנוכה, דערש כפי שיתבאר לקמן די ערשטע זאך דארף מען באווארען אין דעם נר שבת, און אויב ער קען זיך ניט איתפראווען אין ביידע זאכן אט דעמאלט דארף ער טאן אין דעם ענין אויסגעבן די פרוטה אויף אנצונען דעם נר שבת.

89און אט דא ברענגט דער רמב"ם די ראיה.

90ס'איז דא על דרך זה איז בהנוגע פון קדושה בעולם.

91ווען דאס קומט בסתירה, ס'דארף זיין אדער קדושה אדער די שלילת ההיפך, וואס איז די שלילת ההיפך?

92אז ס'איז דא דער ענין פון עסוקה, וואס עסוקה איז די הנהגה שלא כדבעי, בקנאה לה זי האט זיך געפירט שלא כדבעי איז געווען אן ענין של קינוי וסתירה, און מ'דארף זיין דער לעשות שלום בניש לא ישתו כאטש אפילו דאס ווערט דאך וועגן עסוקה דארף מען אויך מאכן שלוםה.

93דערנאך איז דא דער ענין פון הלך הקב"ה ”מהלך חמש מאות שנה” לעשות לו שם דער ענין פון קדושה בעולם, וואס די גרעסטע קדושה בעולם איז דאס שמו של הקב"ה אבער שמו של הקב"ה איז דאך וואס איז דער קשר צווישן דעם שם מיטן עולם?

94איז בשעת ס'איז דא בדיו כתוב על הקלאס, שמו של הקב"ה ”כתוב בדיו גשמי” על קלף גשמי ווערט דאס א דבר קדוש ביותר.

95ובפרט נאך ווי דער דין פון מגילת סוטה, וואס דארט איז דא כמה שמות הוי ניט סתם פון ”שבעה שמות שאינן” המחקים, נאר דוקא פון שמות הוי ס'דארף זיין געשריבן לשמה, מיט די אלע דיוקים וואס ס'איז דא אין דערויף,

96כמבואר אין הלכות סוטה.

97און דערנאך איז דא דער ”לעשות שלום בן איש לאשתו”, זאגט דער רמב"ם קוקט זיך איין דעם כל-שכן וקל-וחומר.

98אמת טאקע, וויבאלד אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז ימחש מי על המים איז במילא אויף א דין פרעגט מען ניט קיין קשיא, אזוי וויל דער אויבערשטער, אבער דערפון קען מען דאך אפלערנען, איז דאך מען מחוייב זאגן אויף יעדער דין אז דאס איז 'גזירת הכתוב', ס'איז ניט קיין 'גזירת הכתוב', ס'האט א הסברה.

99וואס איז די ”לעשות שלום בין איש לאשתו”, אף על פי וואס דאס איז א מדינה וואס מ'דארף שולל זיין דעם היפך איז אט דעמאלט ימחה שמי על המים,

100במילא לערנט מען דערפון אויך אפ בנוגע צו שלום ביתו אדרבא ס'איז נאך א קל-שכין וקל-וחומר, וואס דער אויבערשטער האט קענט לכאורה געפינען כמה דרכים,

101און ס'רעדט זיך, אף על פי כן האט מען אויסגעקליבן, ניט נאר ניט טאן אין קדושת השם נאר נעמען דוקא שרייבן א שם בקדושה, און דערנאך אים אויך זיין.

102ניט נאר אז ס'איז קענין אז ס'איז ניטא דער שרייבן דעם שם בדוגמא ווי דא וואס ער וועט ניט אנציגן דעם 'נר חנוכה' דא רעדט זיך דאך נאכמערער ימחה שמי ”על המעלה כדי” צוליב וואס?

103כדי צו באווארענען קובר זיין די ”מדינה קרובה”, כובש זיין דער ”לעשות שלום בין איש לאשתו”.

104וואס דאס איז דאך אויך וואס חנה האט געזאגט ונקסה ונזרע אז אויב דער אויבערשטער וועט ניט ממלא זיין בקשתה ”אולך ואת עשור ונקסה” ונזרע זעט מען דא בדוגמא ווי גערעדט פריער בנוגע צו נר שבת, אז דורך דערויף וואס מ'צינדט אן א נר ”שבת שלא כשל בעץ ובאבן” פארדינט ער נאך, אז ער האט תענוג מיוחד אין זיין מאכל ומשכיל.

105על דרך זה, אז דורך דערויף וואס ”לעשות שלום בין איש לאשתו” איז ניט נאר ס'ווערט שלום, נאר ונקסה ונזוה זרע אז זי איז געווען אן הקרוי דעמאלט איז הולדת, און הולדת בצער איז הולדת ברווחה, ווי די גמרא ברענגט אויף דערויף.

106ער פארדינט נאך, נוסף אויף דעם לעשות שלום.

107וואס דאס איז דער קרשקן וקל וחומר.

108און דערנאך איז דער רמב"ם מסיים, פארוואס טאקע איז דאס אזוי?

109אמת טאקע, מ'זעט אז דער דין איז אזוי, ימחה שמי על המען זה לעצר שלום בן איש לאשתו על דרך זה איז ”נר שבת קודם לנר חנוכה” וואס איז טאקע דער טעמא אויף דערויף?

110אט דאס איז דער רמב"ם ממשיך, ס'איז ניט א 'גזירת הכתוב' אט דאס איז דער גאנצער ענין פון תורה ומצוותי' איז איז זי דאך דעם 'גדול השלום', וואס די ”תורה מיתנה לעשות שלום בעולם”.

111וואס ווען איז שייך צו זאגן דעם גאנצן מוסד, דעם גאנצן ענין פון שלום?

112אויב ס'איז דא מערניט ווי איין זאך איז ניט שייך זאגן קיין שלום, ניטא קיין מחלוקת, ניטא קיין מציאות קיין אפשריות פון מחלוקת.

113בשעת ס'איז דא צוויי זאכן, וואס די צוויי זאכן קענען שטיין בקרב לי, אדער ס'קען שטיין ניט אן אופן של מלחמה אט דעמאלט קען זיין אן ענין פון לעשות שלום.

114און אט דאס זאגט מען, אז תורה איז דאס א ”חמדה גנוזה” של הקב"ה האט קיין שייכות ניט מיט וועלט, ”קדמה אלפיים שנה לעולם” דערנאך זאגט ער צוליב 'גדול השלום', אז ווי גרויס איז דער שלום?

115שהתורה ניתנה סי התורה איז אראפגעגעבן געווארן דא אין עולם, צוליב וואס איז זי אראפגעגעבן געווארן פון דעם אופן פון ”חמדה גנוזה יש” לה?

116כדי ”לעשות שלום בעולם”, אין א וועלט וואס ס'קען זיין שלום, אדער אויב ס'וועט ניט זיין תורה וועט ניט זיין שלום, איז כדי צו מאכן שלום אין א וועלט אין א מדינה וואס זי איז אין אן אופן וואס קען זיין מלחמה איז צוליב דערויף איז געגעבן געווארן די גאנצע תורה.

117וויבאלד אז חנוכה איז א טייל פון תורה, און פרסום הנס איז אויך א חלק פון תורה איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז חנוכה אליין מאנט ארויס מצד דערויף וואס דאס איז א חלק פון תורה אז ס'זאל זיין שלום אדיר, במילא מאנט הלכות חנוכה אז מ'זאל אנצינדן נר שבת קודם.

118וואס דערפאר זעט מען אויך, און דאס איז אויך דער קשר פון פורים אין חנוכה, על דרך זה איז אויך ווי גערעדט בנוגע דער חילוק פון שבת און חנוכה איז דער חילוק פון חנוכה ופורים.

119סיי פורים און סיי חנוכה איז געווען ביידע ענינים.

120ס'איז געווען אן ענין ברוחניות, אן ענין פון נשמה, און געווען אן ענין פון גוף.

121וואס נשמה און גוף, דרך זה לזה, איז דאס בדוגמא ווי גערעדט פריער א ”מדינה קרובה” און א מדינה רחוקה.

122בפורים איז געווען דער ענין, ווי מ'זאגט אין 'על הנסים' דער ענין פון גזירת המן?

123דער ענין פון גוף, גזירה על הגוף, להשמיד לארץ גולבי בחנוכה איז געווען דער עיקר פון סומן איסור דער ענין הנס, אז דאס זאגט מען, אין 'נר חנוכה' איז ציילט אויס דעם ענין ניט פון נצחון המלחמה, וואס דאס שטייט אין 'על הניסים', נאר דער ענין פון 'נר חנוכה' איז אויף להדגיש דעם ענין פון פרסום הנס,

124ווי דער רמב"ם שרא�, אבער דארט איז אויך געווען, ווי דער רמב"ם הויבט אן הלכות חנוכה, אז ס'איז געווען אן ענין פון מלחמה, אבער אויך די מלחמה איז געווען דערפאר וואס גרזו גזירות אנטקעגן דתם אבער אויך וממונה ובנותיהם,

125על דרך ווי אין פורים איז אויך געווען דורך דערויף וואס מרדכי איז ”לא יכרע ולא ישתחוה”, און דערנאך האט מען אים געזאגט הגידו לו אים מרדכי אז זיי זיינען אויך ”לא יכרע ולא ישתחוה”, וואס דאס איז אן ענין פון מלחמה רוחנית.

126אף על פי כן, וואס איז דער עיקר?

127איז בפורים איז דער עיקר דער משתה ושמחה, וואס דאס איז דאך ווי דער תעת און שלעת זיינען מחלק דער חילוק פון חנוכה און פורים, אז חנוכה איז דער עיקר ענין רוחניות שבזה, וואס דערפאר איז די סעודות בחנוכה מערניט ווי א מנהג, משא' כן בפורים איז דער עיקר דוקא דער ענין פון משתה ושמחה, ביז ”חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע”.

128וואס דערפאר איז ער אויך כולל חנוכה ופורים ביחד, נוסף ווי דער טעם על פי קבלה אז רגלים ג' מועדים איז דאך דאס כנגד די ג' ספירות חסד גבורה תפבת פסח, וואס דאס איז חסד אברהם מושיב עשי עוגות און גבורות דער ענין פון יצחק שבועי, זמן מתן תורתנו וואס דאס איז קידושין בשטר,

129און דערנאך איז סוכות, למקנוה עשה סוכות וואס דאס איז דער ענין פון יעקב'ן, דער ענין פון חג הסוכות.

130דערנאך קומט דערנאך דער חנוכה ופורים, וואס דאס איז ווי ער זאגט אין ”פרי עץ חיים” די צוויי דיעות, וואס איז נצח און וואס איז הוד, אבער על כל פנים ביידע זיינען נצח והוד וואס ווערן אנגערופן ”טריי פלגי גופא”, וואס דערפאר איז דער רמב"ם וואס ביי אים איז דא עניני קבלה ברמז, ווי דער רבי נשיא דורנו זאגט דאס בכמה מקומות ווערט דאס איין הלכה, אף על פי וואס אין דער הלכ

131און דאס ווערט אנגערופן מלכות חנוכה, אבער דאס ווערט איין גוף ס'איז ”טריי פלגי גופא”.

132וואס דערפאר איז אויך, סיי אין מגילה סיי אין פורים און סיי אין חנוכה איז דא די ביידע ענינים, סיי דער ענין פון גוף בדוגמא פון שלום בית,

133נר ביתו סיי דער ענין פון נשמה בדוגמא פון ”פרסומי ניסא” און דעמאלט בלייבט דער דין אז שלום ביתו אדוב און ווי דער רמב"ם איז מסיים דער טעם אז דאס איז דער גאנצער ענין פון תורה, במילא איז אין יעדער ענין אין תורה, אפילו אין הלכות חנוכה, פסק'נט אפ חנוכה אז מ'דארף אנצינדן נר שבת,

134ביז אויף אזויפיל אז אין נר שבת גופא קלייבט ארויס חנוכה אז דארט איז דא דער ענין פון קידוש היום, אן ענין של קדושה, רוחני, דערנאך איז דא דער ענין פון שלום בית ”שלו כשל בית” וארץ,

135וואס ביידע זיינען א טייל פון שבת, וואס שבת בכללו איז אן ענין פון מנוחה, ענין שעל הגוף, אף על פי כן אין דערויף גופא איז דאך דא פרטים איז חנוכה ברענגט ארויס די מעלה פון שבת מצד דערויף וואס חנוכה איז א חלק פון תורה, וואס ניתנה ”לעשות שלום בעולם”,

136ביז אז אין שבת גופא איז זי מדייק, אז דער נר שבת און קידוש היום פון שבת איז נר שבת עדיף.

137וואס דאס איז אויך דער קשר וואס מ'זאגט, אז די שם ”עוז לעמו יצון ה' יברך את עמו בשלום” בדוגמא ווי ער זאגט דא, אז ”כל התורה ניתמא אלא לעשות שלום בעולם”, און דאס איז כדשו סופי בתחילתו צו מימיד סקור נשמה בערבית,

138אדער בערבין, וואס דאס איז דאך דער ענין רוחני פון יראת ה די הלכות קריאת-שמע, ווי דערמאנט פריער פון ר' אושעי' מטרניא, און דאס ווערט דערפון א ”נעוץ סופן בתחילתן ותחילתן בסופן”, און מ'איז מסיים די ששה סדרי משנה, ווי מ'זאגט אין דעם הדרון אז ס'זאל זיין תעזרונו להתחיל ולתיים מסכתות וספרים אחרים,

139על אחת כמה וכמה אז מ'איז תוקף וסומר דער סיום ששה סדרי משנה צו דער התחלת פון דער ששה סדרי משנה, מימות הוקרו נשמע בערבין,

140און ווי גערעדט כמה פעמים, אז אין דעם ערב און דעם חושך הגלות זאל מען דעמאלט לא נשמע און ווי ס'האט געזאגט דער ר' אברהם המלך, כידוע דער סיפור אז אזוי דערצייל חסידים ר' אברהם המלך, דעם בנו פון רב המגיד, און האט געזאגט אז מומא תיים פון דעם ענין פון אימת ה איז קורא נשמע אפילו בערבי.

141וואס דאס איז אויך בהנוגע לעניננו בהמשך להאמור לעיל, על-דרך פון 'נר חנוכה', וואס ס'דארף דאך זיין דער משתשכן החמה אז ס'ווערט ערבין איז אט דעמאלט איז 'קורין את שמעו מלא' שמע מאימת, אז לויט דעם אפטייטש פון לשון ”באימא ובאירא וברתת ובזיע”, און אט דעמאלט קומט מען צו מאימת איז ”קורין את שבאו בשחרית”,

142אז ס'קומט דער שחרית הגאולה און דער בוקר הגאולה, די גאולה האמיתית והשלימה ע'י משיח צדקנו, ובקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים