English
ספרייה
kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
האט מאריך ימים געווען, מער ווי אלע אבות, אפילו פון אברהם אבינו, און צוזאמען דערמיט איז דאך געווען גלייך, אנהויבנדיק פון דער עקידה, איז דאך גלייך געווארן אן אלה תמימה און דערנאך מאריך ימים ושנים געווען, דוקא בנשמה בגוף, כמדובר כמה פעמים. איז אויך אין דעם סיום פון רמב",ם און אין התחלה פון רמב",ם איז יש לקשר דעם סיום מיטן התחלה, בפרט נאך אז מ'לערנט דאס אין דעם זעלבן שיעור, איז דאך דאס נוסף וואס בכלל איז דאך נעוץ סופן בצולתן ומצולתן בסופן איז דאס קומט דאס אין א לימוד וואס קומט אן א הפסק אין דעם זעלבן שיעור פון די ג'פרקים, האט מען דעם סיום פון די פריערדיקע הלכה און די התחלה פון הלכה שלאחרי זה, איז דער סיום פון דער פריערדיקער הלכה באשטייט אין דערויף, אז דער רמב ם פסק'נט און ברענגט דארט אראפ דעם פסק-דין, אז א כהן וואס איז געווען אין א מצב בלתי-רצוי, במילא איז אויך עבודתו זיינער, לכאורה, איז געווען ניט כרצוי אף על פי כן איז דא דריי אופנים וכיוצא בזה, וואס דעמאלט איז עבודתה כשרה, און ווי ער ברענגט אויף דערויף אויך די ראי'פון פסוק, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק, אז לכתחילה טאר ניט זיין די עבודה באופן כזה, ס'איז מערניט ווי דאס איז אן ענין פון בדיעבד, און אט דעמאלט בדיעבד האט מען ניט איין אופן, נאר די דריי אופנים און מ'מאכט מערער אין די פרטים שבדבר, און לאחרי זה הויבט זיך אן גלייך דער לימוד אין די הלכה חדשה שלאחרי זה פונקט אין דעם קצה השני, פונקט אזוי ווי דא נעמט מען אן עבודה וואס לכאורה, על פי שכל אפילו פון תורה, האט דאס געדארפט זיין א היפך פון אן עבודה כשרה, זאגט מען, אז תורה אליין האט אפגע'פסק'נט אז דאס איז אן עבודה כשרה, און ניט אין איין אופן שבזה, נאר דריי אופנים שבזה, און אין א ראי'אויך פון תורה-שבכתב, פארשטאנדיק אבער, אז דאס איז דאך אן ענין וואס דאס איז ווי די עבד,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים