English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

185 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1וואס זיי זאלן גיין, און זיי וועט דער רבי'ן ווארום אין צווייטער, אז ס'איז שוין 'אין אמיר' וואס זיי זאלן גיין, און ס'איז שיחת כבוד קדושת אדמה שליטה ”לנושה ובנות חב” ד,

2דער חודש חשבון תשמ"ג.

3איז זיכער האט מען שוין געהערט וועגן דער תכלית און דער כוונה,

4פון דעם צוזאמענקלייבן זיך, ווי מ'האט שוין גערעדט א פאר מאל, און אויך געשריבן וועגן דעם, אז ווי ס'פירט זיך, און ווי מ'זעט למעשה די הצלחה אין דעם, אז בשעת מ'נעמט אן גוטע באשלוסן, החלטות טובות,

5ובפרט נאך אז ס'איז דא מערערע באשלוסן, איז לאחרי אז מ'דארף דערנאך צוטרעטן צו מקיים זיין די אלע החלטות טובות בפועל איז קומט נאך צו אין דער הצלחה אין דעם,

6אז בשעת מ'מאכט א סך הכל פון די באשלוסן, פון דעם סך הכל מאכט מען אין אן אופן וואס איז פארבונדן מיט א שטארקייט און מיט א פעסטקייט,

7אז מ'זאל דאס זיכער ערפילן וואס מ'האט מבטיח געווען דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך יודע מחשבות, ווייס ער דאך די טייערקייט און די ריינקייט פון א אידישע הארץ ווען זי מאכט א גוטן באשלוס, אפילו אז זי זאגט דאס ניט ארויס, אדער ער זאגט דאס ניט ארויס מיט אריכות הדיבור, מיט פילע ווערטער,

8אבער אין די ווייניקע ווערטער וואס ער זאגט, אדער אין די גאר געציילטע ווערטער וואס ער רעדט וועגן דעם ליגט ער אין דעם מיט דער גאנצער הארצן זיינער, און נאכמערער מיט די פנימיות הלב, מיט זיין גאנצע פינטעלע איד.

9איז כדי דאס זאל זיך ניט פארהאלטן, און מ'זאל דאס ערפילן אין דער פולסטערמאס, און ערפילונט דאס 'בשמחה ובטוב' לבב, ביז אז ס'זאל זיין ניכר פאר דעם גאנצן ארום, אז ער ליגט אין דעם און לעבט אין דעם,

10און דאס איז זיין אמת'ער פארגעניגן איז בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען פאר דער אנהויבס פון דער ערפילונג פון די בעשלוסן אין דער פולסטער מאס און אין דער שטארקסטער מאס, און מ'חזר'ט איבער נאכאמאל ווייניקסטנס די רשע פרקים, די הויפטפונקטן, וואס מ'האט באשלאסן.

11בשעת מ'מאכט דאס נאך אלע צוזאמען אין א גרעסערע צאל, און מיט דער כוונה אז מ'זאל דערנאך אויך איבערגעבן די פייערלעכקייט און די גוטסקייט און די שטארקייט פון די באשלוסן צו יעדערע מיט וועמען מ'קען קומען אין פארבינדונג במילא דארף מען קומען מיט זיי אין פארבינדונג איז דאס נאכמער מוסיף,

12ווי געזאגט פריער, אז ס'זאל זיין בהצלחה רבה און מ'זאל גאר לייכט איבערקומען די שוועריקייטן, און זיכער ניט וועלן זיך צוהערן צו אימעצן וואס זאגט אז דאס איז א שווערע זאך,

13ווארום וויבאלד אז מ'גייט מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס שליחות איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער ווייס ווי אזוי מ'דארף דאס דורכפירן, און גיט יעדערן און יעדערע די אלע כוחות וואס ער איז נויטיק אז מ'זאל דאס קענען דורכפירן אין דער פולסטער מאס,

14און קענען דורכפירן 'בשמחה ובטוב' לבב, און קענען דורכפירן, ווי די משנה זאגט, א ”מצוה גוררת מצוה”, אז דורך דערויף וואס מ'וועט ערפילן די באשלוסן וואס זיי באשטייען דאך אין מצוות השם, זאל דאס נאך גורר זיין נאך מצוות, אז דאס זאל נאכמער ערוועקן דעם אינווייניקסטן,

15דעם אינערסטן געפיל און פארלאנג און רצון פון יעדער אידן, ווי דער רמב"ם פסק'נט, אז ער וויל ”לשמש את קונו” ולמלאות את רצונו אז ער וויל זיין דער שליח פון דעם אויבערשטן אויף ממלא זיין זיינע אנזאגן זיינע מצוות אין דער וועלט,

16און דורך דערויף מאכן פון דער גאנצער וועלט, ניט קוקנדיק וואס ס'טוט זיך צווישן אנדערע פעלקער, ניט קוקנדיק וואס ס'טוט זיך בלשון הכתוב אראפל יכסה ארץ אז ס'איז דא אין פארשידענע ערטער און פארשידענע זאכן וואס מ'גיט א קוק אויף זיי זעט מען אז דאס איז פינסטער,

17וואס זיי האבן ניט זוכה געווען צו דער ליכטיקייט פון ”תורה אור”, וואס איד מאכט דאך ליכטיק, דורך דערויף וואס אידן האבן באקומען די תורה באם בארג סיני מאכט זי ליכטיק די גאנצע וועלט, אויך די אלע שבעים אומות, די אלע אומות פון דער גאנצער וועלט,

18וואס דאס איז דאך ווי גערעדט מערערע מאל דער אנזאג צו אידן, אז זיי זאלן זיין א לעבעדיקן ביישפיל פאר אלע פעלקער ארום זיי, ווי אזוי א מענטש דארף זיך פירן אין א מענטשלעכן אופן, און די אמת"ע מענטשלעכקייט באקומט מען אויך די קלארע בילד דערפון, פון דער תורה,

19דורך די אזוי-גערופענע שבע מצוות, די זיבן מצוות, אבער וואס זיי האלטן אין זיך מערערע פרטים, און וואס זיי דארפן ערפילן אלע פעלקער, אלע מענטשן פון דער וועלט, און וואס וועלכע זיינען אויסגערעכנט אין פרשה בראשית וואס מ'האט געלייענט אין דעם שבת פאר דעם,

20און דורך דערויף וואס אידן וועלן מקיים זיין אלע זייערע מצוות, וועט דאס זיין נאכמער הצלחה אויך אין זייער השפעה אין דער גאנצער וועלט, אז די וועלט וועט זיך קענען גרייטן צו ”לתקן עולם במלכות שד-י” צו דעם צושטאנד צו וועלכן זי וועט קומען אין דער פולסטער מאס,

21דורך דער גאולה דורך משיח צדקנו, דארף מען דאך עפעס טאן, און א סך טאן, כדי די וועלט זאל זיין ראוי און א כלי אויף באקומען אט דעם תיקון דורך משיח'ן.

22וואס דאס איז אויך איינע פון די שליחות'ן פון א אידן, אין צוגאב צו דעם עיקר, אז ער אליין דארף זיין אין דער פולסטער מאס דעם אויבערשטנ'ס א שליח פון לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” דארף ער אויך איינווירקן אויף דעם גאנצן ארום, אפילו אויף דעם ניט אידישן ארום,

23דורך באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל ווי אזוי מ'פירט זיך ”בדרך הטוב והישר”, און אין א פאסענדן לשון און אין א פאסענדער זמן אויך איבערגעבן די שליחות וואס דארף אנקומען צו אומות-העולם, אזוי דארף מען זיך פירן לויט די שבע מצוות בני-נח.

24און וואס דאס פארשטארקט נאכמערער אט דאס דעם כבוד און דעם אמת'ן כבוד וואס אומות-העולם גיבן אפ אידן ווען אידן פירן זיך אין א אידישן אופן ווי אידן דארפן זיך פירן,

25וואס אם לבדד ישכון אין א ספעציעל אויסגעטיילטן אידישן וועג, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס מ'איז ”מפוזר ומפורד בין העמים”, וואס מ'איז פאנאנדערגעשפרייט צווישן מערערע פעלקער, ”ודתיהם שונות מכל” עם"

26און יעדער איד ווייס און פירט זיך אזוי בפועל, וואס דאס איז אינגאנצן אנדערש ווי אלע פעלקער פירן זיך, אז ס'הויבט זיך אן פון אכילה ושתי איז צום אלעם ערשטן באזאגט מען,

27אז ס'זאל זיין כשרות האכילה ושתי אז ס'הויבט זיך אן פון ערציאונג פון קינדער איז צום אלעם ערשטן באזאגט מען, אז א קינד זאל וויסן גלייך ווי ער שטייט-אויף פון שלאף,

28איז די ערשטע זאך וואס ער דארף וויסן און ארויסברענגען דאס בדיבור איז דאס זאגן ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזר תבי נשמתי בחמלה רבה אמונתך”.

29און ווי אזוי האט מען די הצלחה מיט די קינדער?

30איז דאס דורך דערויף וואס מ'היט אפ טהרת המשפחה, די יסודות אויף וועלכע יעדער אידישע הויז איז געבויט געווארן, און געבויט געווארן אין אן אופן פון ”בנין עד דעד”, אן אייביקער בנין, ווארום מ'איז זוכה צו האבן קינדער, און די קינדער האבן קינדס קינדער,

31וואס זיי זיינען די קינדס קינדער, און אזוי איז מען ממשיך די שליחות פון דעם אויבערשטן, און דער פאטער און דער מוטער, און די זיידע און די באבע און דער אור זיידע און אור באבע האבן פון זיי אמת'ן אידיש'ן תורה נחת,

32א נשמה בגוף, ווארום דער אויבערשטער בענטשט זיי מיט אן אורך ימים ושנים טובות, אז מ'זעט ”בני שלישים ובני רבעים”, אז מ'איז אויך צו נעמען איינטייל אין דער ערציאונג פון קינדער, און דערנאך קינדס-קינדער, און דערנאך אור-אייניקלעך,

33און טאן דאס אין אן אופן אז מ'גייט אלע צוזאמען אין דעם זעלבן וועג, אין ”דרך השם לעשות צדקה ומשפט”, אז ס'איז ניטא קיין אונטערשייד און חס ושלום מחלוקת אין השקפת חיים און אין הנהגה בחיים אין טאג-טעגליכע אויפפירונג צווישן אן אור-זיידן מיט א זיידן, מיט א פאטער,

34מיט א זון, און אזוי אויך אן אור-בבא, מיט א באבע, מיט דער מוטער, מיט א טאכטער, ווארום אלע גייען לויט די אנווייזונקן פון תורה אחת וואס זי איז איין און איינציקע און די זעלבע תורה פאר יעדער אידן און פאר אלע אידן, אויף אלע דורות.

35און מ'גייט דאס ”כאיש אחד בלב אחד” מיט איין און איינציקע הארץ, ווארום יעדער אידישער הארץ איז פארבונדן מיט דעם הארץ פון דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס דאס איז דאך א שם צור לבבי, וואס דאס איז דער אויבערשטער וואס ער באלייכט און גיט כח, און גיט געזונט, און גיט שמחה וטוב לבב,

36ווי א הארץ וואס זי באלייכט און באלעבט און פירט אן מיט דעם גאנצן גוף.

37און טוט דאס מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.

38און יעדער איד און אלע אידן גרייטן צו ברייטע כלים אויף אויפנעמען די ברייטע ברכות פון דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואס מ'פירט זיך לויט דער אויפפירונג פון תורה אין אן אופן פון ”הרחיבי מקום אהלך” אז מ'מאכט דאס אין א ברייטן אופן,

39מ'רעכנט זיך ניט מיט מדידות והגבלות, און מ'מאכט ניט חשבונות בהנוגע צו ”פרו ורבו”, און מ'פארלאזט זיך אויפן אויבערשטן, אז דער אויבערשטער בענטשט מיט קינדער בענטשט ער מיט פרנסה נאך מערער וויפל ס'דארף צוקומען לויט דער הוצאה וואס די קינדער פארלאנגען,

40ווארום יעדער קינד ברענגט מיט זיך זיין פרנסה, און צוזאמען דערמיט אויך די תוספת ברכה א סוגה ברכה פאר זיינע עלטערן און די עלטערנס-עלטערן און פאר די ברידער און די שוועסטער וואס געפינען זיך אין הויז.

41וכאמור, וואס דאס איז דאך די אלע דריי דערמאנטע זאכן, דער ענין פון כשרות האכילה און שתי' דער ענין פון טהרת המשפחה, און אויך אז יעדער אידישע הויז דארף זיין ביי א לויכטן און דורכגענומען מיט אידישקייט, וואס דאס איז פארבונדן דערמיט וואס יעדער אידישע פרוי,

42נאך פון קליינווייז אויף, צינדט זי אן נרות שבת קודש ויום-טוב, און דורך דערויף מאכט זיי ליכטיק, מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט די הויז און מיטן ארום פון דער הויז, ביז אפילו, ווי דערמאנט פריער,

43אז ס'גייט דורך א ניט-איד, אין גאס, און גיט א קוק דורכן פענסטער דערזעט ער אז דאס איז א ליכטיקע הויז, און בשעת ער פרעגט וואס איז דאס מיטאמאל א נייע ליכט דערקלערט מען אים, אז ס'איז דא א קליינע אידישע מיידעלע,

44וואס זי איז געבארן געווארן און זי איז גלייך צו אונזערע עמהות, צו ”שרה רבקה רחל ולאה”, און די קליינע אידישע מיידעלע איז א שלוחה געשיקט געווארן פון דעם אויבערשטן אין דער וועלט, אז זי זאל אנצינדן א ליכטעלע יעדער ערב שבת ויום-טוב,

45און דורך דערויף מאכן ליכטיק אין דער גאנצער הויז, און ווי ער זאגט אין זהר פון פרשה בראשית, ווי געזאגט וואס מ'האט דאס געלייענט דעם פרק אין שבת,

46אז דורך דערויף מאכט זיי ליכטיק די אלע מיטגלידער פון דער משפחה, און ווי מ'זעט דאס בפועל, אז דאס איז אין צוגאב צום עיקר וואס דאס איז א ליכטיקייט פון אידישקייט, און א ליכטיקייט פון ממלא זיין, פון ערפילן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, ווערט דאס דערפון אויך ליכטיק בגשמיות, אין גאר איינפאכן זין,

47און דאס פארהיט אז מ'זאל ניט געשטרויכלט ווערן, און בשעת מ'דארף גיין צו דער טיר און צו דעם טיש אדער צום פענסטער מאכט אט די קליינע ליכטעלע ליכטיק בפשטות, אז מ'זעט וואו ס'געפינט זיך דער שולחן ארוך, דער כשר'ער אידישער טיש,

48און וואו ס'געפינט זיך די פענסטער דורך וועלכע מ'דארף באלייכטן אויך די שכונה דעם גאנצן ארום זיך, און וואו ס'געפינט זיך אויך די טיר דורך וועלכע מ'גייט ארויס אין גאס און מ'פארשפרייט דארטן אידישקייט, ומתוך שמחה וטוב לבב, וואס ניט מ'דארף טאפ'ן און זוכן,

49דורך דערויף וואס מ'איז מקיים אט די מצוה פון הדלקת נרות שבת ויום טוב בפשטות, זעט מען אויך בפשטות, 'בעיני בשר', אפילו מיט פליישיגע אויגן,

50אפילו אויף אויגן פון א ניט-אידן, זעט ער ווי אזוי אידן זיינען אתה וחרתנו פון מכל עם, און דורך זייער מקיים זיין מצוות, מאכן זיי אויך ליכטיק אין גאס, דורך דערויף וואס מ'האט א פענסטער,

51ניט מ'מישט זיך חס ושלום און מ'פאלט אונטער דער איינפלוס פון דער גאס, אבער מ'האט א פענסטער, וואס דער פענסטער איז אויך אפגעשלאסן, אבער מיט אזא מין מאטעריאל, מיט אזא מין חומר,

52וואס לאזט-דורך דעם עוד די ליכטיקייט זאל אויך ארויסשיינען אין גאס, און ווי געזאגט פריער ארויסשיינען אין גאס נאך איידער דאס ווערט א אידישע גאס אין אלע הינזיכטן,

53ווארום ער האט נאך ניט אדער זי האט נאך ניט מקיים געווען די שליחות זייערע אין דער פולסטער מאס, ס'איז נאך ניט געקומען משיח, וואס דעמאלט וועט די גאס זען אז דאס איז מלכות שד-י,

54איז שוין דעמאלט, דורך אט דער איין און איינציקע ליכטעלע און דורך דערויף וואס מ'איז טאקע אפגעשלאסן פון דער וועלט ווארום מ'דארף זיך באשיצן פון דער קעלט און פון דער פינסטערקייט,

55וואס ארפל יכסה ארץ וחושך לאומין, אבער צוזאמען דערמיט פארגעסט מען ניט אויף דער שליחות צו מאכן מיט די אמת"ע ליכטיקייט בא זיך אין הויז, וואס דאס איז אויך א ליכטיקייט וואס ברענגט אראפ און אין אן עפענעם אופן די גשמיות'דיקע ליכטיקייט,

56און אויך משפיע זיין אויף די וואס געפינען זיך לעת עתה מפני סיבות שונות ומשונות, אידן וואס האבן נאך ניט זוכה געווען צו האבן אן אייגענע אידישע הויז, זיי געפינען זיך אין רשות הרבים אין גאס,

57מאכט אט די קליינע אידישע מיידעלע, על אחת כמה וכמה איר עלטערע שוועסטער, על אחת כמה וכמה די עקרת הבית, דורך דערויף וואס יעדערער פון זיי איז מרבה באור,

58צינדט אן אלץ מערער ליכט וואס זיינען פארבונדן מיט אידישקייט, גרייטן צו די גאס, און זיכער די אידן וואס געפינען זיך לעת אתם רשות הרבים,

59אז זיי זאלן באלויכט ווערן און זיי זאלן זיך אנהויבן נאכפרעגן וואס איז דאס אידישקייט, וואס דעמאלט מאכט דאס נאך אפענער און נאך ברייטער די וועג אויף משפיע זיין אויף איינווירקן אויף יעדער איד און אלע אידן ארום זיך,

60אז זיי זאלן ווערן און אויפפירן זיך ווי ס'פאסט פאר קינדער און פאר ערוואקסענע וואס יעדערער פון זיי איז ”בן אברהם יצחק ויעקב”, און יעדערער פון זיי איז 'בת שרה' רבקה רחל ולאה.

61וואס דאס איז אין אלגעמיין דער סך הכל פון די גוטע באשלוסן וואס מ'נעמט אן אין חודש תשרי, אנהויבנדיק פון ראש השנה,

62וואס דעמאלט איז דאך ווי מ'זאגט אין נתנה תוקף איז ”ועל המדינות בו יאמר” דאס איז דער טאג ווען ס'ווערט געזאגט און אפגע'פאסט'נט וואס ס'וועט פאסירן אין די אלע מדינות פון דער גאנצער וועלט, און מ'איז מסיים וממשיך אז דאס הענגט אפ ווי אזוי א איד,

63אן ערוואקסענער ער אדער זי, אדער אפילו קלענערע, נאך פאר בר-מצוה און בת-מצוה, אין דער הארציקייט ווי זיי וועלן זאגן און נתנה תוקף

64און דערנאך זאגן דעם ”כתר יתנו לך” און דערנאך זאגן 'הוא אלקינו' והוא יגאלנו הענגט אפ אן דערויף נאך אין די צייטן פון גלות ווי אזוי ס'וועט זיך פירן אין אלע מדינות און אין יעדער מדינה, ביז צו דעם פנימיות און דעם באשלוס אין דעם,

65אז זיי וועלן זיך פירן אין אזא מין אופן וואס ”היו מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך, אז גאר די גרעסטע פון זיי, ביז אפילו אז זייערע מלכים,

66וועלן זיין גליקלעך צו ארויסהעלפן אידן אין אלע זאכן אין וועלכע אידן נויטיקן זיך, און זיכער אין אלע זאכן וואס אידן נויטיקן זיך כדי צו האבן א אידישן לעבן אנגעפילט מיט אידישקייט, דורך דערויף וואס דאס איז פארבונדן און פירט זיך אויף לויט ווי אנגעוויזן אין ”תורה אור”,

67דורך מקיים זיין אירע מצוות, און אזוי אויך שרותיהם מניקותיך אז אויך די פרויען, און די גרעסטע פרויען צווישן זיי, וועלן זיך שעצן גליקלאך, דורך דערויף וואס זיי קענען ארויסהעלפן א אידישע פרוי אין דאכן אין וועלכע ס'איז נויטיקע זיך,

68און וואס מצד דערויף וואס מ'געפינט זיך נאך אין גלות, וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל אויך טאן ”אין דרך הטבע”, און מ'זאל אנקומען צו דעם עזר צו דער הילף פון ניט-אידן, צו ניט-אידישע מלכים ושרות,

69אבער דאס וויל דער אויבערשטער צוזאמען דערמיט, און גיט כח, אז בשעת מ'דארף אנקומען צו זייער הילף, דארף מען דאס ניט טאן חס ושלום מיט אראפגעפאלנקייט, און באווייזן זיי אז מ'מוז אנקומען צו זייער טובה, ווארום דאס איז די טובה פון דעם אויבערשטן,

70מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”, נאר דער אויבערשטער האט זיי געגעבן דעם זכות צו די מלכים און צו די שרות, אז זיי זאלן זוכה זיין ארויסהעלפן א אידן, ער אדער זי,

71א געסערער אדער א קלענערער, אין אלע זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט אידישקייט, און כדי ער זאל דאס קענען דורכפירן בשלימות דארף ער דאך האבן זייער הילף, וויבאלד אז מ'געפינט זיך נאך אין גלות אויך אין די צרכים הגשמיים בהנוגע צו זיין פרנסה,

72אז זיי זאלן אים באשיצן און זיי זאלן אים געבן די פארשידענע הילף וואס מ'דארף אנקומען צו א מלוכה, צו דעם מלך, אדער צו דער שרה, אדער אנקומען צום סטעיט אדער צו דער סיטי וכיוצא בזה, איז אמת טאקע מ'דארף האבן זייער הילף,

73און מ'דארף דערפאר זיי מכיר טובה זיין, ביחד עם זה דארף מען שטיין מיט דער פולער שטארקייט פון ”גאון יעקב”, וויסנדיק אז זיי גיבן אט דאס וואס זיי האבן מערניט ווי די פקדון פון דעם אויבערשטן,

74און דאס איז פאר זיי דער גרעסטער זכות, איז צוזאמען מיט דעם כבוד וואס מ'גיט אפ וויבאלד אז זיי זיינען די שלוחים אויף איבערגעבן דעם אויבערשטנ'ס פקדון שטייט מען אבער מיט אן אויפגעהויבענע קאפ,

75”פקומה זקופה ואולך אתכם קוממיות” דאס איז אן אויפגעהויבענע קאפ מצד דערויף וואס דער אויבערשטער האט אזוי אוועקגעשטעלט אידן, ”ורוממנו מכל לשון”.

76און ניט ער פאלט בא זיך אראפ חס ושלום, און ניט דערפאר איז ער מסכים חס ושלום, אויף נאכגעבן עפעס פון אידישקייט, ווארום דורך דערויף טוט ער אויף פונקט פארקערט,

77ער גיט עפעס נאך פון אידישקייט ווייס דער ניט-איד, אז ניט דעם אידן מיינט דער אויבערשטער ער זאל ארויסהעלפן, ווארום דאס איז א איד וואס גיט אפ נאך אין אידישקייט, רייסט ער זיך דערמיט אפ, רחמנא ליצלן, פון דעם אויבערשטן,

78וואס פארוואס איז דער מלך און די שרה העלפן ארויס אידן, דערפאר וואס זייער מלאך שטו ט זיי און איז זיי מכריח ביז זיי טוען דאס ברצון הטוב, ארויסהעלפן אידן, מצד דערויף וואס אידן ווערן איין זאך מיט אידישקייט, זיי ווערן איין זאך מיטן אויבערשטן דורך זיין תורה,

79ובלשון הזהר ישראל אורייתא וקוב"ה ווערט דאס 'כולא חד'.

80און דאס איז דער איין און איינציקער וועג מ'זאל קענען באקומען עזר פון ניט-אידן, דער איין און איינציקער וועג אז ס'זאל זיין ”ונתתי שלום בארץ” כפשוטה אין ”ארץ הקודש”, 'ארץ אשר' ”תמיד עיני ה' אלקיך בה, בראשית השנה ועד אחרית שנה”,

81און אויך ארץ אין א ברייטערן זין, וואו נאר א איד געפינט זיך און פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל מאכט ער פון זיין הויז, און פון זיינע ד' אמות,

82און פון זיין ארום, מאכט ער דערפון אן ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה” דארט רוט שטענדיק די ג-טלעכקייט, ווארום דאס איז א שטוב און א הויז און מענטשן וואס פירן זיך אויף לויט דעם אויבערשטנ'ס אנזאג.

83און דעמאלט, אז מ'פירט זיך אין אזא אופן, צוזאמען מיט דעם כבוד, מיט די הכרת תודה פאר די וואס זיינען שלוחים פון דעם אויבערשטן אט דאס דוקא איז דאס איז דער איין און איינציקער וועג אז ס'זאל זיין דער אמת'ער שלום און די אמת"ע הרחבה און דער אמת'ער כבוד פון ניט צו אידן,

84ביז אויך כבוד'ס און הילף צו יעדער אידן אלס א פרט, וויסנדיק אז דאס איז א איד וואס פירט זיך ווי א איד דארף זיך פירן, באהאלט דאס ניט, שעמט זיך ניט רחמנא ליצלן דערמיט, ואדרבא ער ווייס אז אין דערויף באשטייט דאס וואס ער איז וחרטנו מכל העמים,

85און אין דערויף באשטייט זיין שליחות אין וועלט, באווייזן דער גאנצער וועלט אז ישנו עם אחד אז ס'איז דא און אין אן אופן פון דער אמת'ער מציאות, פון דער אמת'ער מציאות,

86איין און איינציקער פאלק, וואס אפילו ווען ער געפינט זיך אין גלות, ”מפוזר ומפורד בין העמים” איז דעמאלט דתיהם שונות מכל אים,

87און דאס פועל"ט אויף, אז א איד ווערט בדוגמא ווי ס'איז געווען דעמאלט וואס ”מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה”, איז אף על פי וואס ס'איז געווען גלות, איז דער מלך איז געווען א ניט-איד איז מרדכי איז געווען דער משנה למלך,

88און אים האט דער מלך אפגעגעבן טבעת המלך, און ער האט אנגעפירט מיט דער גאנצער וועלט ווי ס'איז דעמאלט געווען די גאנץ אלע מדינות, אונטער דער אנפירונג פון דעם ניט אידישן מלך, און ווער האט אנגעפירט, און ווי אזוי האט מען זיך אויפגעפירט די אלע המדינות,

89אז יאמר האט דאך דאס געווען אפהענגיק אן דער דיעה און אן דעם באשלוס פון מרדכי היהודי, וואס אין וואס איז באשטאנען זיין כח וואס ”לא יכרע ולא ישתחוה”.

90וואס דאס איז א סיפור, אן ערציילונג אין תורה, מלשון הוראה פון לשון אנווייזונג, צוזאמען דערמיט אויך איז דאס א נתינת כח, אז יעדער איד זאל וויסן זיין ווי אזוי ער דארף זיך פירן,

91און מ'גיט אים כח ער זאל דאס דורכפירן און דורכפירן 'בשמחה ובטוב' לבב, און אט דעמאלט ווערט ער בעה"ב אויף זיך, דורך דערויף וואס ער איז בעה"ב אויף זיך ווערט ער א בעה"ב אויפן גאנצן ארום.

92וואס דאס איז, כאמור, די נקודה דער אינהאלט אין קורצע ווערטער פון די אלע באשלוסן, אנהויבנדיק פון די באשלוסן פון ראש השנה, וואס דאס אין דערויף הענגט אויך אפ די אלע טעג פון דעם גאנצן יאר, און ס'הענגט אויך אפ וואס ס'וועט זיך פירן און וואס ס'וועט זיך טאן אין די מדינות.

93און א איד טאר ניט טראכטן בא זיך, וואס קען איין און איינצער לערנען מענטש אויפטאן אין א וועלט וואס האט שבעים אומות, און וואס האט אין זיך פארשידענע זאכן, און וועגן וועלכע ס'איז גאר דא אזוינע זאכן וואס ער ווייס גאר ניט, און ער זייענדיק אין בית הכנסת בראש השנה,

94און זאגנדיק און נתנה תוקף, און דערנאך פארענדיק ממשיך זיין און באשליסן אז 'הוא אלקינו' און הוא יגאלנו אחרית קבראשית ווארום ”אני הוי' אלקיכם” דער אויבערשטער איז זיין כח און אונזער כח און אייער כח טוט ער אויף און ער פירט אויף מיט דער גאנצער וועלט.

95וואס דאס הענגט אפ אן דערויף וואס ער נעמט אן אויף זיך דעם כסף די קרוינונג פון דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואס ער דערפילט זיינע מצוות, זיינע אנזאגן,

96און וכאמור, און ווי דערמאנט, כדי דאס זאל אנקומען נאך שנעלער, און בתכלית השלימות, און וואס פריער, כל ”הזריז הרי זה משובח” מאכט מען אן אסיפה און מ'קלייבט זיך צוזאמען,

97”ואיש את אחיו יעזורו” יעדערע איז מחזק און שטארקט די אנדערע און די אלע וואס זי געפינט זיך, און דערנאך גיט זי איבער די זעלבע שליחות צו יעדער אידישע פרוי וואס זי וועט טרעפן שפעטער אין מינוטן ארום, אדער אין שעות ארום, אדער אין טעג ארום, אדער אפילו אין וואכן און חדשים לאחרי זה,

98וואס דורך דערויף פאראיינציקן זיך אלע אידן צוזאמען, און ס'ווערט ענין פון אחדות ישראל, וואס דאס פארשטארקט נאך מערער, און ברענגט אראפ נאך שנעלער דעם אויבערשטנ'ס ברכות, וויבאלד אז ס'איז דא ”כולנו כאחד”, אחדות ישראל,

99ווערט דער ”ברכנו אבינו באור פניך” אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער אידן און אלע אידן מיט א ליכטיקן פנים, און מיט די ליכטיקייט פון זיין פנים פון דעם אויבערשטנ'ס, כביכול פנים, וואס זי מאכט ליכטיק ביז אין אונזער וועלט, ביז אין יעדער אידישע הויז,

100און ווי געזאגט, דורך דעם פענסטער וואס ס'איז דא אין א אידישער הויז, וואס באשיצט, אז די קעלט און די ווינטן ניט-געוואונטשענע פון דער גאס קענען ניט אריינדרינגען אין הויז, ווארום דער פענסטער איז א באשיצטער, צוזאמען דערמיט איז דאס געמאכט פון אזעלכע חומר,

101פון אזא מין מאטעריאל פון גלאז, אז דאס לאזט ארויס און דאס גיט ארויס די ליכטיקייט פון אינעווייניק, אז דאס זאל ארויסקומען אויך בחוץ, און ליכטיק מאכן די גאס.

102בפרט נאך אז די השגחה פרטית איז דער צוזאמענקומען אין ”ראש חודש, אין ראש חודש” וואס איז פארבונדן מיט פרשה נח,

103און ווי באוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'דארף לעבן מיט די פרשה און מיט די פסוקים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט די טעג אין וועלכע ער געפינט זיך איצטער, זעט מען, אז די ערשטע פסוקים פון פרשה נח בכלל,

104ובפרט דער חלק פון פרשה נח וואס איז פארבונדן מיט יום השני, מיטן מאנטיק פון פרשה נח, רעדט זיך דארטן, אז דער אויבערשטער האט געזאגט נוח'ן בו אל הטובה, טייטשט אפ דער בעל שם טוב,

105אז דער אויבערשטער זאגט-אן יעדער אידן ער זאל אריינגיין אל הטובה אין א קאסטן וואס זי באשיצט אים פון פארשידענע ניט-געוואונטשענע זאכן וואס טרעפן אין וועלט, און אין וואס באשטייט אט דער קאסטן וואס באשיצט אים?

106באשטייט ער פון ”טבת התורה” התפילה והתורה פון די ווערטער וואס זיי ווערן אויך אנגערופן בשם טובה דער זעלבער אויסדרוק ווי מ'זאגט דאס אויפן אינהאלט פון א שוץ-קאסטן, איז דאס יעדער ווארט פון תפילה, פון דאוונען, און יעדער ווארט פון תורה ווערט דאס א מגין און א טובה,

107וואס זי באשיצט א אידן.

108און ווי דערציילט אין די פסוקים פון דעם חלק פון היינטיקן טאג, אז דאס איז געווען א באשיצונג ניט נאר פאר נוח'ן אליין, ס'איז געווען א באשיצונג פאר זיין פרוי, און פאר זיינע קינדער, און פאר זייערע פרויען, און ס'איז געווען א באשיצונג פאר דער גאנצער וועלט,

109ווארום אין דער זעלבער טובה וואס ביי אים איז דאס געווען די טובות די ווערטער פון תפילה ותורה האט ער אריינגענומען פון יעדער מין, אפילו פון בעלי חיים, און אפילו פון צמחים פון געוויקסע ווי ער דערציילט אין מדרש, האט ער דאס אריינגענומען אין דער טובה.

110און דורך דערויף איז דערנאך געווארן אן ”עולם חדש”, א באנייטע וועלט, וואס זי ווערט אויך די הקדמה דער און די הכנה צו דעם ”עולם חדש”, ווען ס'וועט זיין די ביאת משיח צדקנו, ווי מ'זאגט אין דער הפטורה פון נח,

111אז פונקט ווי ”מי' נח”, וואס דער אויבערשטער האט דעמאלט נשבטי אז מער וועט ער ניט מאכן קיין מביל רחמנא ליצלן איז ”כן נשבטי מקצב” בך גיט דער אויבערשטער א שבועה אז חס ושלום ער וועט קיינמאל ניט זיין ניט צופרידן פון אידן,

112און אין וואס פאר אן אופן וועט דאס זיין ווי מ'זאגט אין אנהויבס פון דער הפטורה ”הרחיבי מקום אהלך” אז מ'דארף מאכן די אוהל די געציילטן און דער הייזר פון אידן אין אן אופן פון הרחיבי אין אלץ אין א ברייטערן אופן, מלכתחילה אריבער,

113און דעמאלט וועט זיין דער ימין ושמאל תפרייתי ס'וועט זיין דער ופרצתא אין אלע זייטן, און ס'וועט זיין מיט אן אופן של שמחה, ווי מ'דערציילט דאס אין דער הפטורה.

114און ווי דערמאנט אויך פריער, דער ענין פון די דריי שליחות'ן, וואס אידישע פריען האבן ספעציעל וואס וועגן זיי רעדט זיך אויך אין מדרש פון היינטיקער סדרה פון פרשה נח,

115גלייך אין אנהויבס, וואס ער הויבט אן דערמיט דערציילנדיק אז יעדער אידישע פרוי האט א הייליקע שליחות פון דעם אויבערשטן אויף אפהיטן חלה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט כשרות האכילה ושתיה, אפהיטן טהרת המשפחה,

116און אפהיטן דעם ענין פון מאכן ליכטיק דורך נרות שבת קודש ויום טוב, און ער ערקלערט גלייך, אז דורך דערויף איז ניט אין צוגם אז זי איז מקיים דעם אויבערשטנ'ס א שליחות, קערט זי אום די גאנצע וועלט,

117וואס אמאל איז דאס געשרויכלט געווארן אין די דריי זאכן, ווי זי איז דאס מתקן און מאכט דאס אויף פון דאס ניי, ביז אז ס'ווערט אן ”עולם חדש” רעה ס'ווערט א באנייטע וועלט, ווי דערמאנט אויך אין שבת בראשית,

118אז בשעת מ'זאגט אן א אידן ער זאל פון דאס ניי אנהויבן זאגן און לערנען און אריינטראכטן זיך אין דעם פסוק ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” מיינט מען דאס, און מ'גיט אים כח, אז ער זאל פון דאס ניי אויפבויען זיין שמים און זיין ארץ אין א נייעם און באנייטן אופן,

119דורכגעדרונגען און וואס מ'וועט זיין מ'וועט דאס זען 'בעיני בשר', אז בשעת מ'גיט א קוק אויף זיין שמים און זיין ארץ, זעט מען אז דאס איז ברא אלקים דאס האט באשאפן דער אויבערשטער אליין, ווארום אין זיי זעט זיך אן די ג-טלעכקייט.

120און דאס פועל"ט אויך אין שמים וארץ בפשטות, ווי ער זאגט אין תנחומא, ווי דערמאנט פריער, אז א אידישע פרוי, אז זי איז מקיים ספעציעל אט די דריי מצוות וואס מ'האט איר געמאכט א ספעציעלע שליחות אין דעם, זעלבסט-פארשטענדלעך מיט דער טאג-טעגליכע אויפפירונג וואס זי איז מקיים אלע מצוות,

121אין וועלכן פונקט ווי מענער זיינען מקיים, און נאכמערער מיט מערער לעבעדיקייט און מיט מער פארשטאנד, ווארום ”בינה יתורה ניתנה באישה יותר מבאיש” ווי דערמאנט אויך פריער, וואס דערפאר ווערט מען דאך בת-מצוה צו צוועלף יאר, א אינגעלע דארף ווארטן און באקומט די שלימות אין זיין פארשטאנד ערשט צו דרייצן יאר,

122וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז נאך איידער מ'קומט צו בת מצוה איז זי אלעמאל אין פאר הויז, מערער נאך ווי א אידישער אינגעלע, ווארום זי האט זוכה געווען צו האבן אזוינע עלטערן וואס זיי ערציען איר אין דער ליכטיקער וועג פון תורה ומצוותי.'

123וכאמור לעיל, איז נאך אויך 'בהשגחה פרטית', אז דאס קומט אויך אויס אין ראש-חודש פון חודש חשון,

124וואס בהנוגע צו חודש חשון בכלל, וואס ווי בשעת מ'גיט א קוק איינפאך, זעט מען לכאורה אז ער איז בא זיך אראפגעפאלן לגבי חודש תשרי און אנדערע חדשים.

125חודש תשרי האט מען א סאך ימים טובים, מרובה במועדות, חודש כסלו וואס קומט נאך השבוע האט מען די טעג פון חנוכה, א טייל פון זיי אויך אין חודש טבת, אזוי אויך אין חודש שבט האט מען חמשה עשר בשבט, 'אין אדר' האט מען פורים, בניסן האט מען פסח מיט דער גאולה וכו,'

126אז מ'קוקט זיך צו צו חודש חשון געפינט מען ניט קיין יום-טוב, אפילו ניט, בדוגמא פון דעם יום-טוב פון חמשה ”עשר בשבט וכיוצא” בזה.

127דערציילט ער אבער אין ילקוט שמעוני פון מלכים, אז דער ערשטער בית המקדש האט אים שלמה המלך פארענדיקט די אלע צוגרייטונגען און זיין בויען אין חודש חשון.

128דערנאך האט אים דער אויבערשטער געזאגט, ער זאל ווארטן ביז מאכן חנוכת הבית, ביז דעם חודש תשרי נאך דערויף.

129איז ערקלערט ער אין מדרש, אז חודש חשון האט דאך איז דאך געווארן פארשעמט, און חס ושלום אז דער אויבערשטער זאל אימעצן פארשעמען.

130איז זאגט ער אין מדרש, אז דער חנוכת פון בית המקדש השלישי וואס וועט געבויט ווערן על ידי משיח צדקנו וועט דאס זיין אין חודש חשון.

131וואס אין דערויף איז ניט דער פשט, אז מ'דארף חס ושלום ווארטן מיט ביאת משיח, ביז חודש וחשון.

132יעדער איד דאווענט און איז מתפלל און האפט, אז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין תפילה, אז ס'וועט זיין ”לישועתך קוינו כל היום” אז ס'קומט די ישועה דורך ”צמח דוד עבדך” אין דעם זעלבן טאג,

133היום, אין ”בקולות ישמעו בשעת” משיח וועט קומען גלייך, איז בדרך ממילא וועט מען פראווען די חנוכת בית המקדש השלישי,

134נאר פונקט אזוי ווי בא שלמה המלך האט מען געדארפט ווארטן דער בית הנקדש איז געווען א פארטיקער, נאר ווארטן מיט דער חנוכת, מיט דער פייערונג האט מען געווארט אזויפיל צייט, אזוי וועט מען אויך ווארטן כדי צו באצאלן און משלים זיין דעם חודש חשון.

135וואס צום אלעם ערשטן האט מען פון דעם סיפור פון דער ערציילונג א גאר וויכטיקע הוראה, אנווייזונג, ווי אזוי א איד דארף זיך אויפפירן,

136ווארום א איד דארף דאך זיין דער ענין פון לדבקה בדרכיו אפלערנען זיך פון דער אויבערשטנ'ס דרכים אני ”רחום אף אתה רחום” דערציילט אונזער מדרש, אויף וויפל מ'דארף זיין אויסגעהיט פון ניט אנרירן די כבוד אדער די ערווארטונג פון א צווייטן מענטשן,

137אפילו אזא מענטשן וואס מאנט ניט בפה, אפילו אזא זאך ווי צייט ווי חודש חשון, דערציילט דער מדרש, אז דער אויבערשטער אליין האט דאס גענומען אין נאכט, אז וויבאלד ס'איז א זמן וואס דעמאלט האט געקענט זיין חנוכת בית המקדש, און ער האט דאס אפגעהאלטן באווארנט ער דעם כבוד פון חשון,

138חודש חשון, און מאכט דערפון אן ערציילונג און אן אנווייזונג אין תורה, אז מ'זאל וויסן זיין, און חס ושלום אנצורירן אימעצנ'ס געפיל, אפילו אז ס'ווייזט זיך אויס אז יענער האט ניט קיין געפילן, אדער אז יענעם הארט דאס ניט וכיוצא בזה דארף מען אבער גיין און טאן אין אזא אופן,

139ווי דער אויבערשטער האט אנגעוויזן די וועג ווי אזוי ער טוט, און ער דאס דערציילט צו אידן, און דערציילט דאס אלס אן אנווייזונג, אויף וויפל ס'דארף זיין אהבת ישראל, ביז אין דעם קלענסטן פרט,

140אפילו אז ס'ווייזט זיך אויס אז א צווייטער איד האט ניט מרגיש געווען, האט ניט געפילט, אז מ'האט אים אנגערירט, אדער ער ווייס ניט דערפון וכיוצא בזה דארף מען זיין זיכער אז יעדער ענין וואס א צווייטער קען ערווארטן פון אים א הילף אדער א כבוד,

141דארף ער זיך משתדל זיין און זי דארף זיך משתדל זיין אויף דאס ממלא זיין, וכל המקדים הרי זה משובח.

142די צווייטע הוראה, וואס דאס איז אויך ניט ווייניקער וויכטיק, אז ס'קומט א חודש ועד"ז אז ס'קומט א וואך, און אפילו א טאג,

143וואס אז ער קוקט זיך צו מיט עיני בשר ווייזט זיך אים אויס אז ער זעט ניט אז דאס איז עפעס א ספעציעלע צייט, א ספעציעלע וואך, א ספעציעלער טאג, ”יומין זכאין”, זאגט מען אים, אט איז דא א חודש חשון, וואס אז מ'גיט א קוק אין דעם אידישן לוח געפינט מען ניט דארטן קיין ספעציעלן ענין ווי מ'געפינט דאס אין חודש תשרי,

144אפילו ווי מ'געפינט דאס אין די חדשים שלאחרי זה, איז דאס מערניט דערפאר וואס מ'קוקט מיט פליישיגע אויגן, אז ניט א קוק טאן אין תורה וועט מען זען, ווי דערמאנט בנוגע צו חודש חשון,

145אז דאס איז א חודש וואס ער איז מסוגל אז אין אים זאל אויפגעבויט ווערן א בית-המקדש, כוננו ידיך א בית-המקדש וואס ער איז נאך הייליקער פון דעם בית-המקדש וואס האט אויפגעבויט שלמה המלך, און דערפאר איז געווארן דער חודש תשעה מיטן גאנצן שטורעם, על דרך זה דער בית-המקדש השני,

146וואס זיין חנוכה איז דאך געווען בחנוכה, ווי ער זאגט אויך אין דעם ילקוט שמעוני חודש כסלו, איז חודש חשון, וואס אז מ'קוקט 'בעיני בשר' ווייזט זיך אויס, אז ס'איז ניטא קיין אין דער צייט א זאך וואס זאל אויפפאדערן א אידן, ער זאל בויען א בית-המקדש זאגט מען אים, אז דער אויבערשטער האט געגעבן תורה,

147וואס קוק אריין אין תורה וועט דאס דיר באלייכטן וואס דו קענסט אויפטאן אין חודש חשון, נאך מערער ווי אין חודש תשרי שלפניו, און אפילו מערער ווי אין חודש כסלו שלאחריו.

148וואס דאס איז בפשטות, ווי געזאגט, אויך א הוראה פונקט אזוי ווי מ'זאגט דאס צו דעם גאנצן חודש, אזוי אז ס'קומט א וואך און מ'לייענט אין דער תורה, און מ'געפינט דארטן ניט וועגן מתן תורה, מ'געפינט ניט וועגן שמילת שבת,

149וכיוצא בזה, קען מען דאך חס ושלום טראכטן, אז וואס קען ער ארויסלערנען פון אזעלכע פסוקים וועגן א מצוה רעדט זיך דארטן דאס רעדט זיך וועגן אן ערציילונג, וואס די ערציילונג דערציילט וועגן זאכן וואס איז געווען מיט טויזנטער יאר צוריק,

150זאגט מען, אז דאס איז דערפאר וואס מ'לערנט מיט א פליישיקן שכל, און מ'וועט א קוק טאן אין תורה אליין וועט דאס באלייכטן ”תורה אור”,

151אז יעדער ווארט אין תורה איז דאס א הוראה בחיים, אן אנווייזונג אין טאג-טעגלעכן לעבן, און ווי דערמאנט פריער דעם אלטן רבינ'ס ווארט, אז מ'זאל לעבן מיט די פסוקים פון דער פרשה פון דער סדרה, אזוי אויך אין דעם מאנטאג פון פרשה נח, מיט די פסוקים

152וואס זיי זיינען פון שני ביז שלישי אין פרשה נח, און וואס זיי ענטהאלטן א גאר חשבה און גאר נויטיקע און גאר ערנסטע שליחות צו יעדער אידן,

153א מאן אדער פרוי, קליין אדער גרויס, אז יעדער איד האט דעם כח, און מ'גיט אים אויף דערויף דעם עזר די הילף פון דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואס דער אויבערשטער זאגט אים, אז ער זאל אזוי טאן.

154און אין וואס באשטייט דאס?

155ער זאל אריינגיין בעל הטובה ער זאל אריינגיין אין די ווערטער, אין די פירות פון דאוונען, מתפלל זיין צו דעם אויבערשטן, אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן אין אלעס נויטיקער, וויסן דערנאך וואס ער דארף טאן בפועל קאנקרעט, גייט ער אריין אין די טובות פון תורה,

156וואס זי ווערט פאר אים ”תורה אור” באלייכט אים זיינע ספיקות, ווי אזוי פון יעדער טאג, ובפרט פון די טעג, דארף ער מאכן אז ס'זאל זיין ליכטיקע טעג, דורך דערויף וואס זיי ווערן אידישע טעג, אין דער פולסטער מאס.

157און ווי דערמאנט פריער, די הוראה ברורה, די קלארע אנווייזונג, דעם כח, וואס א איד האט, אז בשעת ער איז ממלא, ער פילט דעם אויבערשטנ'ס אנזאג פון בו אל הטובה, ווי דערמאנט פריער,

158און די תורה זעט פאר אים א תורה אן אנווייזונג, אן אנווייזונג אין טאג-טעגלעכן לעבן איז אט דעמאלט באשיצט ער דערמיט און איז מציל דערמיט זיך און די גאנצע משפחה ו חלקו בעולם, און זיין חלק אין דער גאנצער וועלט, וואס זיי כולל'ן זיך אויך אפילו די בעלי חיים און די שמחים כל היקום,

159אלץ וואס ס'געפינט זיך אין זיין חלק.

160און בשעת א איד איז זיך מצטרף מיט א צווייטן אידן, וואס די גאנצע וועלט איז דאך ”יצב גבולות עמים למספר בני ישראל” פאנאנדערגעטיילט,

161אז אלע אידן צוזאמען האט יעדערער א חלק אין וועלט, און זיי אלע צוזאמען האבן אונטער זיך די גאנצע וועלט, אראפברענגען אהינצו די צוגרייטונג צו ”לתקן עולם במלכות שד-י” הענגט דאס אפ, און דאס איז די אפלערנונג פון די פסוקים פון דער חלק פון דער סדרה,

162וואס בשעת מ'קוקט מיט א קאלטן ניט אידישן שכל, זעט מען אין דערויף מערניט ווי א סיפור מ'קוקט אויף דערויף מיט אידישע אויגן און מיט אן אידישן געפיל דערזעט מען אין דעם אן אנווייזונג און א נתינת-כח, אז א איד דארף ניט נתפעל ווערן פאר דער וועלט,

163דארף ניט נתפעל ווערן דערפון וואס ער זעט אז אין וועלט רחמנא ליצלן איז א מבול, ווארום צו אים האט דאס קיין שייכות ניט, יחטו

164הגויים מהם אבער אל תוחטו ווארום א איד האט בא זיך דעם שומר ישראל וואס ”לא ינום ולא ישן” און ער שטייט ”צלך על יד ימיניך” סיי יומם און סיי בלילה, און אט דעמאלט איז ניט נאר די וועלט האט אויף ערניט קיין שליטה, אדרבא ער ווערט דער שליח,

165און ער מאכט איבער די וועלט, אז ס'ווערט אן ”עולם חדש”, דורך דערויף וואס ער איז מקיים דעם בו אל הטובה, און איז דאס מקיים מיט אלע אידן צוזאמען.

166וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די שליחות'ן פון אידישע פרויען במיוחד, ווי מ'געפינט בא מתן תורה, אז מתן תורה איז געווען פארבונדן דערמיט וואס אידן זיינען געווען ”כאיש אחד בלב אחד” פונקט אזוי ווי אידן זיינען ”כאיש אחד בלב אחד” אין די 'שמחת תורה',

167פריער איז דא חילוקים, דערנאך פאראיינציקן זיי זיך אלע צוזאמען מיט דער זעלבער שמחה פון דער זעלבער תורה, איז דעמאלט בא מתן תורה געווען דער אנהויבס, אז צום אלעם ערשטן האט מען גערעדט מיט די אידישע פרויען,

168און גערעדט מיט זיי, האט געזעט משה רבינו בשליחותו פון דעם אויבערשטן, דערנאך האט ער דאס אריינגעשריבן אין ”תורה צוה לנו משה מורשה” קהילת יעקב, ווי אזוי יעדער איד זאל וויסן וואס צו טאן און ווי אזוי צו רעדן מיט אידישע פרויען,

169און אידישע פרויען זאל וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט א צווייטע אידישע פרויען, וואס ווי גוט זי איז קען זי דאך אנקומען צו אז ס'זאל זיין נאך בעסער, ווארום מ'איז פארבונדן מיטן אויבערשטן קען מען איר אין דערויף ארויסהעלפן.

170און אט דעמאלט ווערט דער אחדות ישראל אין צוגאב צו אהבת ישראל, ביז כאיש ”אחד בלב אחד”.

171און אט דעמאלט ווערט אויך מקויים, ווי דערמאנט פריער פון דער הפטרה, אז קימי ”נח זאת לי אשר נשבטי” אז דער אויבערשטער איז מקיים זיין שבועה, וואס ער האט געשווארן יעדער אידן און אלע אידן, אז ס'וועט זיין ”הרחיבי מקום אהלך” מיט פארברייטערן,

172ביז גאר אין א ברייטן אופן, פון ”ימין ושמאל תפרצי” די געצעלטן פון אידישקייט, נאך זייענדיק אין גלות און אט דעמאלט וועט מען זען, ווי ער זאגט אין פסוק פאר דערויף, ווי אזוי ס'קלייבן זיך צוזאמען אלע אידישע קינדער צו כנסת ישראל אין דעם אידישן פאלק, און מ'גייט אלע צוזאמען, במהרה בימינו ממש,

173ובראש דער אויבערשטער, וואס ”הוא יליכנו קוממיות לארצנו”, ובמהרה בימינו ממש.

174און וואס מערער מ'טוט אין מקיים זיין די אלע באשלוסן ווי דערמאנט פריער, און מ'ווירט אויך איין אויף די מענטשן ארום זיך, אנהויבנדיק פון פרויען, און אנהויבנדיק מענער בנוגע צו מענער,

175ובאופן דמוסיף והולך ואור אלץ פריער ווערט מקויים דער ”קץ שם לחושך” אז ס'ווערט א ענדע צו דער פינסטערקייט פון גלות, און ס'הויבט זיך גלייך אן די 'אתחלתא דגאולה' דער אנהויבס פון דער גאולה, פון דער אמת'ער גאולה, על ידי משיח צדקנו,

176צוזאמען מיט דעם אנהויבס האט מען גלייך דעם ענין פון גאולה השלימה, די שלימות פון גאולה, וואס זי ברענגט אויך צו שלימות הארץ,

177און כ”ירחיב הוי' את גבולך” אז ס'ווערט ”הרחיבי מקום אהלך” ס'ווערט פארברייטער די גבולות פון ארץ-ישראל, און זיכער ניט חס ושלום אז מ'גיט עפעס אפ פון זיי אפילו ווען מ'געפינט זיך נאך אין גלות.

178ובמהרה בימינו ממש, ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ובפרט ווי ער זאגט דער אריז"ל זאגט, אז פונקט ”כימי צאתך מארץ מצרים”,

179אנשים צדקני און שביתו הדור, אידישע פרויען וואס זיינען געווען אין יענעם דור האבן אויפגעשטעלט דורות פון ”צבאות השם” פון אידישע קינדער, וואס זיי זיינען נאכגעגאנגען, משה רבינו,

180ארויסגייענדיק פון גלות, אזוי זאגט דער אריז, אז ס'איז אין דרא דעקבתא דמשיחא אין אונזער דור, דער לעצטער דור פון גלות, שטעלן אויף אידישע פרויען, אידישע קינדער, און א ריבור פון אידישע קינדער, וואס זיי גייען נאך משיח צדקנו,

181וואס משיח קומט גאר אינגיכן, און וועט זיך נאכפרעגן בא יעדער אידישן פאטער און מוטער, שטעל מיר צו גידולים שגדאלתם, די אידישע קינדער וואס אירער צו ערצויגן.

182און אט דעמאלט איז יעדערע פון אייך און יעדערע פון אונז און אלע אידן בכל מקום שהם וועלן גיין מיט משיח צדקנו, און צוזאמען מיט די ”צבאות השם” לארצנו הקדושה, ו ”שמחת עולם על ראשם”!

183האט א געזונטן ווינטער, און הצלחה רבה אין מקיים זיין די אלע פעולות.

184און ווי מ'פארענדיקט כינוסים די צוזאמענקלייבן זיך אין ענינים כאלו, דורך דער מצוה פון צדקה, נוסף צו דער תפילה וואס מ'האט פריער דערמאנט, אז ער זאל זיין דער אויבערשטער זאל זיין הוא יגאלנו אחרית קבראשית, צו די פסוקים פון תורה ומאמרי חז ל וואס מ'האט פריער דערמאנט, וואס דאס איז 'תורה ועבודה',

185וועט מען אויך פארענדיקן מיט דעם ענין הצדקה, פאנאנדערטיילן יעדערער פון אייך צו א דאלער אויף אפגעבן אויף צדקה, און מוסיף זיין משלה, און האבנדיק די אלע שלשה עמודים דברים, שעליהם ”העולם עומד” וועט מען אויפשטעלן די גאנצע וועלט אז ס'זאל זיין דער ”לתקן עולם במלכות שד-י”.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים