Paragraph
Paragraph rh-dn2gpv6r
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- 0k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דערמאנט מערערע מאל, און ווי פארשטאנדיק אפילו ווען מ'דערמאנט דאס ניט, איז ענדע פון חודש תשרו איז דאך דאס יעדער יאר לכאורה די זעלבע זאך, פונלעסטפעגן נעמט מען יעדער יאר א נייעם חיות, און ווי דאס ווערט אנגערופן שנה חדשה, ביז וואנענט אז ס'איז מנהג העולם, און מ'פארבינדט דאס גארניט מיט ירושמים אדער מיט א שדחה פרטית וכיוצא בזה, אז ס'איז זעלבסט-פארשטענדיק בנוגע צו יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, אז ס'קומט אן ראש השנה, און דערנאך ווערט דאס נמשך דער גאנצער חודש תשרו, און דערנאך ווערט דער ויעקב הלך לדרכו אז מ'גייט אריין אין טאג-טעגלעכן לעבן, א וואכעדיקן לעבן, און א געוויינלעכן לעבן, במשך פון דעם יאר וואס קומט אן, איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז אף על פי וואס ס'שטייט אין לוח, אז ס'איז אזויפיל יאר דורכגעגאנגען פון בריאת העולם, און יעדער אין זיין פערזענלעכן לעבן, ווייס שוין אויך ווי ס'איז געווען פאראיארן און פאר צוויי יארן און פאר מערערע יארן וכו,' ביז אפילו בא קליינע קינדער איז דאך אויך אזוי, געדיינקען זיי מער ווייניקער אז ס'איז געווען א ראש-השנה פאראיארן, וכיוצא בזה, מיט פארשידענע פאסירונגען, וואס ווייזט זיך אויס, ובפרט פאר א קינד, אז ס'איז די זעלבע זאך, צוזאמען דערמיט זעט מען ביי אן אויפפירונג פון א קינד, על אחת כמה וכמה ביי אן אויפפירונג פון זיינע עלטערן און פון זיינע מחנכים, ובפרט פון ערוואקסענע, אז ס'איז א באנייטער חיות, מיט באנייטע אפלערנונגען, מיט באנייטע הוראות וואס מ'נעמט-מיט דוקא פון דעם תשרי און פון דעם ראש-השנה און פון די מועדים פון חודש תשרי אויף דעם יאר וואס הויבט זיך אן, און דערנאך גייט דאס אוועק אויף משך פון מערערע חיישים. וואס דאס איז, כאמור, יעדער יאר,
- proofread
- 0