English
ספרייה
kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי אלעמאל וועט מען דאך מסיים זיין, מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך פאר א שליח צו צדקה, און יעדערער פון אייך וועט אויך מוסיף זיין צוגעבן פון אייגענע געלט, אויף ס'זאל זיין נאכמערער אין דער ענין הצדקה וועט קומען נאך שנעלער די גאולה האמיתית והשלימה. ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין א פרשה וואו ס'רעדט זיך וועגן אריינגיין אין ארץ ישראל, און וואו ס'רעדט זיך וועגן די עשרת הדברות, און מ'שטייט שוין אין דער פרשה עצמה מערער נאך ווי שלישי, נאר מ'האלט שוין אין יום הרביעי, און דער יום הרביעי איז דאך שוין דער רב פון דער גאנצער וואך, וואס גלייך נאך דערויף רעדט זיך נאכמערער וועגן דעם זיין אין ארץ ישראל, און ווי דערמאנט פריער, איז דערפאר וועט מען אויך בסיום געבן יעדערן פון אייך, ווי געזאגט, נאך דערויף ווי מ'וועט זינגען דעם ניגון, ניגונים הידועים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים