עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

77 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי ווי י' טעת כסלו איז דאך כמאמר רבותינו נשיאינו דער ראש השנה לתורת החסידות ולדקא החסידות, דארף מען דאך סוף כל סוף אויך עפעס טאן אן ענין מיוחד בהנוגע צו חסידות, ובפרט בימינו אלו,

2וואס ס'ווערט דאך נעענטער צו דעם קיום בשלימות, דער חלקו איז דאס שוין מקויים געווארן און ס'ווערט נענטער צו דעם קיום בשלימות פון דעם ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, בעל הגאולה והשמחה,

3אז חסידות איז דאס פאר יעדער אידן און פאר אלע אידן, און וועט ווערן פאר יעדער אידן און ביי אלע אידן, איז דערפאר איז אויך אן ענין מיוחד וואס הויבט זיך אן פון חסידים, ומיד דארף מען זען אז דאס זאל נמשך ווערן און אראפקומען בכל מקום שבותיהם.

4און דאס איז אט דאס וואס ס'איז געווען די תקנה מעז ומקדם, ובפרט ביי דורות האחרונות, ביז פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איידער ס'איז געווארן דער בלבול העולם וכו אז בכל מקום וואו ס'געפינען זיך א נעש אדער חסידים אדער אידן,

5וואס מ'דארף האפן אז בקרוב ממש וועלן זיי לערנען תורת חב ד און תורת החסידות ופירושי' וכו זאל זיין א איד וואס ער זאל נעמען אויף זיך דעם תפקיד פון משפיע,

6וכידוע דער סיפור הידוע, אז אפילו אין מאסקווע, וואס אהינצו האט מען אידן ניט געטאן ניט געהאט רשות הדירה מצד גזירה פון דעם צער, האט מען זיך משתדל געווען, אז מ'זאל שיקן א אידן וויבאלד אז דארט זיינען געווען אידן וואס האבן געהאט רשות הדירה דארטן און האבן אבער ניט געהאט קיין משפיע,

7וואס ענינו איז געווען אז ער זאל זיין א משפיע ומפיץ תורת החסידות און באווייזן א דרך אין 'עבודת ה'', און פאר וועלכן מ'זאל קענען מגלה זיין נגיא לבבו וכו' וכו,' ווי די כמה תפקידים וואס א משפיע דארף אויף זיך האבן.

8דאס איז אן ענין וואס מ'דארף דאך האבן ”פרנס לפי הדור” און ”דור לפי הפרנס”, ובפרט בימינו אלו איז ניט קיין סדר אז מ'זאל ווארטן אז מ'זאל ממש זיין פון איין מקום יעדערער בכל מקום ומקום, איינעם וואס ער זאל אנהויבן זיין א משפיע, נאר גלייך נאך דער פארברענגען זאל מען בכל מקום ומקום,

9על אחת כמה וכמה בכל עיר ועיר, אויסקלייבן, אדער ס'זאלן זיך אליין מנדב זיין אידן וואס זיי זיינען על פי ההשרה ראוי צו זיין משכיל,

10ניט דוקא אין דעם אופן הכי גדול בשלימות הדבר, ובפרט נאך אויך מוסיף זיין, אז לא שררות ”אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם” על אחת כמה וכמה אז ס'דארף ניט זיין, ווי דער אלטער רבי באווארנט,

11אין ספר תניא נאך אין דער הקדמה, איידער מ'הויבט אן לערנען תניא, אז ס'דארף ניט זיין קיין שפלות של שקר, און דער וואס ער איז ראוי לזה, איז

12ווי ס'פסק'נט אפ אין שולחן ערוך און מ'פארגלייכט דאס אז די זעלבע אחריות וואס האט אט דער וואס לא הגיעה להוראה און ער איז מורא איז די זעלבע אחריות האט אט דער וואס הגיעה להוראה און ער פסק'נט ניט קיין שעדות.

13וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז דער שפלו של שקר ברענגט ניט נאר דערצו אז ער טוט ניט עבודתו, במילא פעלט א ענין מחוץ לו, נאר ער נעמט אויף זיך א גוואלדיקע אחריות.

14ובפרט נאך אז מ'מאנט דאך ניט אז מ'זאל מאכן קאנטראקטן נחוזה אויף לעמים רבים, נאר מ'זאל זיך פרואוון, יעדערער וואס איז משער בא זיך אז ער קען עפעס באווארענען און עפעס מדריך זיין אדער אין תורה אדער אין גמילות חסדים אדער אין עבודת התפילה וכיוצא בזה, זאל ער גלייך אנהויבן עוסק זיין בזה בדרכי נועם ובדרכי שלום.

15און דערנאך וועט מען זען במשך הזמן גופא, פון דער ארבעט גופא, וועט מען זען ווער איז מערער מסוגל און ווער איז ווייניקער מסוגל, ובפרט נאך אז מ'גייט בכח פון דעם משלח וואס דאס זיינען רבותינו נשיאינו, אנהויבנדיק פון בעל הגאולה והשמחה,

16וואס ביז נשיאינו דעם רבי'ן דער שווער, זיי זיינען ממלא מקומו, און ווי גערעדט דער דיוק הלשון כמה פעמים, אז ממלא איז דער טייטש אז ער פילט אויס דעם גאנצן מקום, אלע פרטים וואס ס'איז געווען פריער איז ער ממלא, ווארום אויב ס'איז דא א פרט וואס איז איצטער ניטא איז ער זיך ניט ממלא.

17און וויבאלד אז רבותינו נשיאינו רופן דאס ממלא מקום איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס הויבט זיך אן פון דעם 'מאור הגדול', בעל שם טוב, און דערנאך דער אלטער רבי און ממלא מקומו, ביז נשיא דורינו דעם רבי'ן דעם שווער.

18און דערפאר איז יעדערער וואס נהאט נאר א ספק אפשר קען ער עפעס משפיע זיין אין איינע פון די דריי זאכן, אדער אין צוויי פון זיי, אדער אין אלע דריי דארף ער גוזל זיין מזמנו וואס ס'איז געווען פארנומען ביז איצטער, און זיך אנהויבן אין דערויף עוסק זיין בדרכי נועם ובדרכי שלום.

19ובסיוע פון רבותינו נשיאינו צוזאמען מיט זכות הרבים, איז במשך זמן לא ארוך וועט זיכער נתברר ווערן ווער ס'קען זיין א משפיע און דארף זיין א משפיע, און ס'מאכט ניט אויס טאמער וועלן זיין צוויי אדער דריי אדער כמה וכמה, ובפרט נאך אז מ'קען דאס פאנאנדערטיילן אין יעדער בית הכנסת באזונדער,

20אדער תורה באזונדער, גמילות חסדים באזונדער, מתפלל אים הציבור באזונדער, אין כמה וכמה אופנים אז ס'זאל זיין מתוך אמת ושלום, וקירוב הלבבות וקירוב אחים אמיתיים, ובפרט נאך ווי רבותינו נשיאינו האבן געמאנט און געגעבן כח אז מ'זאל דאס קענען דורכפירן בפועל.

21און כמבואר אויך בארוכה אין קומט צו הידוע ומפורסם.

22וואס לא סיכום מיינט מען דאס בפועל, אז מארגן אינדערפרי, דא און אויך אין די ערטער וואס מ'הערט דורכן קאליפאן, זאל מען זיך גלייך מתעסב זיין, און בדער אופן של נסיון אויף א משך זמן ממנה זיין אדער אויסקלייבן פלוני בן פלוני, אט די אלע וואס זיינען בגדר זה,

23און מלכתחילה, וויבאלד אז מ'רעדט דאס אפ אז דאס איז באופן של נסיון וועט זיכער קיינער קיין פאראיבל ניט האבן, אויב ס'וועט זיך ארויסווייזן לאחרי משך זמן לא ארוך אז ס'איז דא א בעסערער פון אים אדער א גרעסערער פון אים באיזה ענין שיהי' וועט ער מתוך שמחה וטוב לבב איבערגעבן זיך צום צווייטן און אים מחזק זיין,

24וכידוע אויך אין תורת החסידות בהנוגע גלייך נאכן בעל שם טוב איז דאך פריער געווען בנו יחידו, און געווען א גאנצן יאר כידוע הסיפור, און דערנאך, אז ס'איז דורכגעגאנגען דעם יאר האט ער אליין איבערגעגעבן די זופצע מיט די פרטי הסיפור צום מגיד,

25און ס'איז געווען מתוך שמחה וטוב לבב וכו' וכו,' ווי מ'זעט דאך די תוצאות דערפון און דערפון איז נאך צוגעקומען אויך ביי אים.

26וואס אע' פי וואס מ'קען זיך דאך ניט גלייכן ניט צו מגיד און ניט צו בנו יחידו פון דעם בעל שם טוב, אבער מעין זה ”ושמץ מנהו”, ווי ער זאגט אין תניא בהנוגע צו יעדער אידן בערך פון משה רבינו איז זיכער אז דער אויבערשטער פארלאזט ניט סום אריתו

27און זעט און באווארנט בכל מקום ומקום ס'זאל זיין א משפיע און א מדריך ברוח ועל-פי תורת פון רבותינו נשיאינו, און בענטשט אים אין תורה רבה ומופלגה אין דער עבודת ההשפעה והדרכה, און ס'וועט זיין דער ”מוחו ולבו זקין אלף פעמים ככה” ווי דער בעל הגאולה והשמחה שרייבט אין ”תורה אור” בתחילתו,

28דורך די צדקה וואס ער וועט טאן און וואס זי וועט רומם גוי, ווי אפגעטייטש דארטן אז די ג' גייט אויף די נהי און דאס קומט ארויס למעלה אין דעם ו ביז אין דעם יו ד מיט די אלע פרטים ווי דאס איז, ביז דאס קומט-צו אין קוצו של יו ד, ביז מ'גיסט אויף דערויף שמן וכו' וכו כמבואר בדרושי חסידות.

29ו ”המעשה הוא העיקר” כמדובר לעיל, אז סיי דא און סיי בכל מקום וואו מ'הערט דאס איצטער, ובכל מקום וואו ס'וועט דערגיין די בקשה און די הפצרה און די התחננות מיט כל לשון של תחינה וואס ס'קען זיין אין דעם, אז מ'זאל דאס אין פועל ממש מייסד זיין און מספיל אנהויבן, אזוי אז שוין אין חנוכה,

30נאך אין דער וואך, וואס מ'קומט פון דעם שבת דמיני' מתברכין כולי יומי דעם שבת פון י'ט'כסלו וועט שוין זיך אנהויבן די ארבעט פון די משפיעים ומדריכים, על כל פנים באופן של נסיון, און דערנאך וועט דאס גיין אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור,

31ביז וואנענט אז ”לילה כיום יאיר” און קליא ריגלה די תרמודאי אותיות מרדת אפילו בשוק, און ס'וועט זיין רשות היחיד, אויס רשות הרבים, נאר א יחיד ליחידו של עולם, 'ובשמחה ובטוב' לבב.

32דער צווייטער ענין וואס איז דא מער מיוחד, וואס דאס איז אויך אן ענין וואס מאטערט מיר שנים, און דאס איז וואס אין ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך אויך דא כמה דרגות, אע' פי וואס א מעיין איז דאך ניט שייכות אין דערויף מדידות והגבלות, ”אפילו טיפה אחת” האט דאס אין זיך כל עניני המעיין,

33העצם כאשר תופס במקצתו עשה תופס בכולו, כידוע תורת הבעש' טוב בשם פון ר' סעדי' גאון, אעפ' כן, ובפרט אין תורת החסידות, האט מען דאך געגעבן די מעיינות אין הרחבה און אין הפצה, און אין דערויף גופא בכמה וכמה אופנים.

34וואס דאס קומט דאך ארויס אויך בפועל דורך דרוקן און מפיץ זיין ניט נאר די מאמרים קצרים בכמות, נאר אויך די מאמרים ארוכים, אפילו בכמות, עאכו"כ באיכות, מיט די המשכים וכו' וכו.'

35וואס דאס וואס האט מיר געמאטערט כל השנים איז דאס איז וואס ס'איז דא דער המשך פון תרעה בי,"' אדער ווי חסידים רופן דאס אן טרב, וואס דער רבי נשמתו עדן, וואס דער שווער איז ממלא מקומו, האט זיך אין אים געקאכט, כידוע הסיפור, און ער איז בכמות און געמאכט אויף דערויף מחלה געווען א גרויסן טייל דערפון אין פרקים, און געמאכט קיצורים.

36און דאס איז ניט קוקנדיק וואס כמה ענינים זיינען ניט נשמר געווארן בשלימותם, איז דער המשך מיט די קיצורים מיט דעם חלק שלא ניטוואס איז ער דא גאנצערהייט, און געפינט זיך בסילום ברשותי, א מעשה שוין פון כווייס כמה יארן.

37וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין איז נרמז און קומט אראפ אין הלכה בפועל, איז דא דער דין אז בשעת מ'לייט אן ענין צו א צווייטן דארף ער דאס אפגעבן בשלימותו, דערנאך איז דא א שאלה צי קען ער זיך דערמיט ניצן בשעת ס'איז געווען די שאלה, אף על פי וואס די שאלה איז געווען סתם.

38ווי ס'ווערט אראפגעבראכט בנוגע צו תלית, וואס נתנו בפיקדן וכיוצא בזה.

39דערנאך איז דא די שאלה בנוגע צו ספרים, צי מעג ער אין זיי לערנען?

40און דערנאך זאגט מען, אז אויב ער האט געליען ספרים צו א תלמיד חכם, איז אט דעמאלט איז ער מלכתחילה משער, אז ער וועט אין זיך ניט איינהאלטן און אין לערנען אין זיי איז מלכתחילה אדעתו דזה האט ער אים געליען אדער געגעבן בפקדון אפילו וויסנדיק אז ער וועט אין דערויף לערנען לערנט ער בהיתר און מעג לערנען.

41דער שווער נשיא דורינו, וואס ער איז ממלא מקום פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איז בשעת ער איז אוועקגעפארנט און געדארפט היטן די ספרים און אויך די כתבים, בעיקר די כתבים,

42האט ער געזוכט איימעצן וואס ער קען לאזן דאס ביי אים, און זיין זיכער ער וועט דאס באקומען צוריק בשלימות האט ער ווייזט אויס קיין ברירה ניט געהאט, מצד מצב הדברים האט עס געמוזט לאזן בא מיר.

43דא איז ניט נוגע דער ענין פון דער גרויסקייט פון דעם ענין פון תלמיד-חכם וכו נאר דא איז נוגע אין דעם ענין אויף וועלכן ער איז נחשד, איז מכמה שנים, נאך בחיי פון שווער, בין איך געווען א נחשד, אז אויב מ'וועט מיר געבן א כתב, ער רעדט נאך א כתב וואס דער עולם האט ניט וועל איך זיכער מאכן דערפון א העתקה.

44דערפון איז פארשטאנדיק לויט דעם דין בהנוגע אז מ'לייבט א ספר צו א תלמיד חכם, על דרך רעדט א כתב צו איינעם וואס ער איז א חשוד, און ניט חשד ”שאין בו ממש”, נאר חשד שיש בו ממש,

45מיט הוכחות פון א מעשה בפועל איז מלכתחילה געוואוסט, אז מסתמא וועל איך מאכן א צילום ווי ער רופט איצטער אן א פאטאסטארט, וכך הוי מעשה איך האב זיך דעמאלט ניט אריינגעטראכט אזוי אין דעם פסק דין בהלכה,

46איך האב נאך געפונען אז ס'איז דא אט דער המשך, האב איך גלייך געכאפט, איידער מ'וועט זיך ארומטראכטן אהין און אהער די ערשטע זאך מאכן א צילום וואס ער געפינט זיך ברשותי עד היום הזה.

47דערנאך איז ביך אנגיין טראכטן, היתכן?

48אלע-ערליי מאמרים דרוקן זיך און המשכים דרוקן זיך, און דוקא אט דער המשך וואס דער רבי נשמתו עדן האט זיך אין אים געקאכט, און וואס דארט איז דא גדולות ונפלאות אפילו בערך פון די נפלאות פון המשך ס'ווי מיט אנדערע המשכים וכו בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע אז לעתיד לבוא וועט זיין אראנו נפלאות

49טייטשט ער אפ אין זוהר אפילו בערך פון די נפלאות פון ”ימי צאתך מארץ מצרים” איז דאס אויך נפלאות, א נס, א פלא בערך פון א פלא.

50און קומט דאך אויס, אז איך קען דאס אויך זען מ'זאל דאס אפדרוקן, און געלט פעלט ניט בחסידים און דרוקט דאס ניט אפ נעמך אויף זיך די אחריות, היפך פון יפוצו מעיינותיך חוצה לאידך גיסא איז געווען כמה טעמים וואס איך האב מורא געהאט טאן דאס, ביז וואנענט איז אים געפאלן אויף א המצאה וואס דארף איך טראגן אויף זיך אליין די אחריות?

51איך וועל דאס אריינווארפן, און צווישן חסידים, אבער באווארענען דעמאלט, אז קיין געלט וועט דאס זיי ניט קאסטן, קיין טירחא וועט דאס זיי ניט קאסטן, אפילו מכריח זיין זיי,

52אז זיי וועלן מוזן דערנאך אפלערנען דעם המש ועד סופן וועל איך זיי אויך ניט מכריח זיין, איך וויל נאר האבן אז צוזאמען מיט מיר זאלן זיי אויך טראגן די אחריות וואס מ'גייט מסדר זיין לדפוס איז ער שוין מוכן, אפדרוקן דאס און דערנאך מפיץ זיין דעם גאנצן המשך פון רעי' בי' פון תרב,

53מיט דעם חלק שלא נדפת, מיט די הוספות שבו.

54כדי ס'זאל זיין די אחריות שלהם פארבונדן בגשמיות, בפשטות, איז אף על פי וואס איך האב ערשט געזאגט אז קיין געלט וועל מען בא זיי ניט בעטן, אבער ”לפטור בלא כלום אי אפשר”, און מ'דארף האבן אז זיי זאלן טראגן אין די אחריות בפשטות אויך בגשמיות איז דערפאר איז מען מציע,

55אז די אלע און יעדערער וואס וויל נעמען אויף זיך די אחריות ניט קוקנדיק אויף אלע-ערליי סברות וחשבונות וכו וואס א טייל פון זיי האבן מסתמא אן ארט אין קדושה, והראי'ס האט זיך אפגעהאלטן כמה וכמה שנים, מ'האט דאס געקענט אפדרוקן כמה וכמה שנים לפני זה,

56איז דאך א סימן אז ס'איז דא ערגעץ א הסברה אין קדושה, אז מ'האט דאס ביז איצטער ניט געדארפט טאן, אף על פי וואס בא פלוני בן פלוני איז דאס געווען מצד מאורך לב וכיוצא בזה, אבער וויבאלד אז דער מקבל האט דאס ניט איז א סימן אז ס'איז נאך ניט געקומען די צייט.

57כדי צו וויסן און זיין זיכער, אז דעת הרבים איז אז איצטער איז געקומען די צייט דארף מען האבן ניט נאר א ראי' בדיבור, נאר ער זאל געבן מממונו, וואס ”אפילו פרוטה אחת” איז ”יכול לקנות בו” 'חיי נפשו' על אחת כמה וכמה אז מ'וועט בעטן אז יעדערער וואס איז מסכים טראגן אין דער אחרי' זאל געבן א דאלאר,

58און די וואס ווילן ס'קען א פרוי אויך געבן פאר זיך א דאלאר, און געבן אויך א דאלאר לכל בני ביתו, אפילו א תינוק של בן יומו, איז דאך וויבאלד אז מ'האט מיט אים געלערנט ”כל התורה כולה” כשהוא בימי אמו האט מען מיט אים געלערנט אט דעם המשך אויך.

59נאר וואס דען? בינתיים איז ”בא מלאך וסטרי על פיו”, במילא אז ער איז ארויס לאויר העולם און מ'גיט גלייך א דאלער בשביל עצמו איז די שונה התחלה ער זאל זיך דערמאנען אויף דערויף וואס ער האט געלערנט ב מי אמו,

60וואס דעמאלט איז נעיר יאיר נעיר על ראשי איז מ'לערנט מיט אים ”כל התורה כולה, כלשון” רז"ל אין מסכתא נדאו וכו.'

61ובכמה מקומות. וואס דערפאר איז לסיכום הדבר, אט די וואס ווילן טראגן אין דער אחריות, זאל יעדערער געבן ניט מער און ניט ווייניקער ווי איין דאלאר בשביל ”כל נפש, בשביל” כל אחד,

62ועל דרך ”זה בשביל כל” אחת אויך פאר בני ביתו, אט די וואס געפינען זיך במדינות אחרית זאלן געבן א מטבע פון יענער מדינה, וואס זי איז 'לפי ערך' אויך ווי א דאלאר דא, וואס דעמאלט וועט מען קענען וויסן פון דעם מספר השקלים אדער הפונטן וכיוצא בזה וויפל מענטשן זיינען זיך משתתף אין אט די אחריות,

63און זיכער וועט זיין א מספר מרובה, ניט נאר באיכות נאר אויך בכמות, און אט דעמאלט טראגן אט די אלע אין דער אחריות וואס מ'דרוקט אפ אט דעם המשך און ס'הויבט זיך אן די הכנה לזה ווען ס'איז געווען די ”מחשבה טובה” אין כ' חשון,

64ולאחרי זה בשבת י' טס כסלו בשבת שעבר דמיני מתברכין כולי יומי.

65ויהי רצון, אז ס'זאל זיין בזריזות הכי גדולה, און דאס די החלטה בזה זאל שוין ממהר זיין, וויבאלד אז דאס איז א החלטה אין יפוצו מעיינותיך חוצה ממהר זיין דעם ”בעיתה אחישנה” כפשוטו ממש, ”למטה מעשרה טפחים”, ביאת משיח צדקנו,

66וואס ילמד תורה ”את כל העם כולו”, 'פנימיות התורה' וואס איז פארבונדן מיט פנימיות עתיק, און דאס וועט זיין מובן ”למקטנם ועד גדולם”,

67ובקרוב ממש. כמדובר לעיל,

68דא איז ניט נוגע די שומות ואתה זיך משתתף וכו דא איז נוגע די כמות פון אנשי שלמנו, און פון חסידים, און פון יעדער אידן און פון אלע אידן, ווארום סוף-כל-סוף האט מען די הבטחה פון דעם אלטן רבי'ן, אז אלע וועלן וויסן וועגן תורת החסידות, און ניט נאר וויסן נאר אויך לערנען,

69וכמבואר ומדובר כמה פעמים, אזוי זאגט רש"י בפירוש, וואס רש"י איז דאך געזאגט געווארן אפילו פאר א ”תינוק בן יומו”, אז משיח וועט מגלה זיין טעמי תורה ושרי די סתרים אירע,

70ווי רש"י זאגט אין התחלה פון שיר השירים, ”על הכתוב ישקני מנשיקות פיהו כטובים דודיך מיין” און דערפאר איז כל הקודם זאל אריינטראגן פאר זיך און די וואס האבן רשות אויך פאר בני-ביתו,

71אין מזכירות אין דער קופה מיוחדת ס'איז א מספר פון שוין ניט מער און ניט ווייניקער ווי איין שקל לכל אחד ואחת, וואס דעמאלט וועט מען קענען וויסן, על כל פנים בהשרה, דעם מספר המשתפים.

72ועל דרך זה בכל מדינה ומדינה איז דאך דא א מספר אדער פון מרקז לעניני חינוך אדער פון 'מחנה ישראל' זאל מען דאס דארט אריינטראגן אויך מיט צוצייכענען ניט דעם נאמען נאר אנשרייבן אז דאס איז מספר כך וכך פאר אזויפיל נפשות בישראל, הגדולים,

73סיי גדולים סיי קטנים, און גלייך איז ווי ער זאגט בנוגע צו שקלים אז מ'איז אויך מפויש ”על העתיד לגבות”, איז גלייך ווי ס'וועט אריין דער ערשטער שקר, וואס ער איז שוין אריין פון מנחם ענדל בן חנה,

74האט מען שוין אנגעהויבן גרייטן זיך, האפנדיק און זייענדיק זיכער אז ס'וועט זיין כמה וכמה מבני ישראל וואס זאל נעמען אויף זיך די אחריות הדבר,

75און זאל זיך אויסלאזן פון די אחריות אז אברך ”הוי' אלקיכם אתכם” אלף פעמים וואס דאס איז משלי זאגט משה רבינו, און דער אויבערשטער משלו וועט געבן עד 'בלי גבול' און עד בלי מדה, ובקרוב ממש, נאך אין די לעצטע רגעים פון עקבתא דמשיחא פון זמן הגלות.

76און דאס וואלט נאכמער צוהיילן דעם ”קץ שם לחושך” דעם חושך פון גלות, און ס'וועט זיך אנהויבן על ידי משיח צדקנו די 'אתחלתא דגאולה' וכהרף עין די גאולה עצמה, ”ויקבץ נדחי ישראל” ”ושמחת עולם על ראשם”.

77לחיים. און דערנאך איז דער נאכגעמאלט אין רבי'ס ליגן פינף נפשיות.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions