עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

8 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בשעמם יום יום אמוי, אז בשעמם עליך המרי תבי' יבי, אים לוי אמען.

2מ'האלט דאך ביים אפשלוס פון יום ראשון למעשה בראשית, וואס דאס איז דאך געווען בכבי אלול, איז דאך געווען נברא העולם, און דער טאג האט א שם מיוחד, ווי געזאגט אין פסוק, ניט ס'שטייט יום ראשון, נאר ס'שטייט יום אחד, און ווי חזל זיינען דאס מפרש, אז דאס באווייזט אז דאס איז געווען דער טאג וואס ס'איז געווען אחד, מערניט ווי יחידו של עולם, בפרט נאך אין תחילת היום, איז דאך דעמאלט געווען מערניט ווי יחידו של עולם, און ערשט דערנאך האט זיך אנגעהויבן די בריאה, עאכו כמה די פרטי הבריאה, וואס זיי זיינען דאך געקומען אנהויבנדיק פון א טאג לאחרי זה, אדער פון יום השלישי, וואס דא� האלט מען דאך אין ימי השבוע, אין דעם תפילת מעריב פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס דאס איז דאך אויך יש לומר, אז דאס איז דער גאנצער ענין פון בריאת העולם, איז דאך דאס כדי ס'זאל זיין טוב לשמים וטוב לבריות, וואס דערפאר האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט כדי מענטשן בכלל, און אידן בפרט,

3זאל מען האבן דערנאך דעם ענין פון לעשות לו יתברך דירה בתחתונים און דאס איז דאך פארשאפט זיך א נחת-רוח פאר דעם אויבערשטן איז דאס אן ענין וואס דאס איז טוב לשמים וטוב לבריות, ווי אש להאריך בכתבלן זה, וויבאלד אבער אז מ'האלט שוין אויך אין פרשה האזינו, וכמוזכר לעיל, אז האזינו אונטערשטרייבט, אז א איד האט מער צוטאן מיט שמים ווי ער האט צוטאן מיט ארץ, דוקא דעמאלט ווען מצד עצמו אבער, מצד אבר עבודתו, זאגט מען אים, אז ס'דארף זיין דעת את לו יתברך דירה די תחתונים דוקא איז דאס דורך דערויף וואס ער מאכט פון די תחתונים מאכט ער אז זיי זאלן זיין כפי שמים, על דרך ווי דער אויבערשטער זאגט, אז איז שמים כסי לארץ הדום רגלוי, על דרך זה אויך מאכט א איד עבודתו, וואס דער עצם ענין אליין פון זיין מציאות, אט דאס אליין, וויבאלד אז ער איז דער דמה לעליון, איז נאך אפילו ער הויבט עפעס טאן אין מעשינו ועבודתינו, איז אז ס'גייט געפינט זיך א נשמה בגוף,

4און א נשמה בגוף האט דער עיקר איז דארטן דער חלק אלוקה ממעל, ווי דער אלטער רבי איז מוסיף ומדגיש ממעל ממש, מיט די ביידע אפטייטשן אין דערויף, סיי פון לשון ממשות און סיי מלשון אז דאס איז ממש-ממש ווי דער אלוקה ממעל איז, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך וואס צוזאמען דערמיט וואס מ'זאגט אז ס'דארף זיין שמים בקירוב, און הארץ איז מערניט ווי אן ענין וואס דאס איז מרחוק, איז דאס גופא ווערט על ידי עבודת האדם, ווארום מצד עצמו האט מען די נשמה אראפ דוקא אין עולם הזה הפחתין שאין תחתין למטה הימנו, און זי פילט אז דאס איז אן ענין של רידה, אז זי האט יורד געווען אין א בירא עמיקתא, ובלשון הכתוב דער ענין פון ארץ. און יהי רצון, אז דורך דערויף וואס מ'האט די ביידע ענינים, אז מ'ווייס אז די נשמה האט דוקא די שליחות דוקא אין עולם הזה, התחתון שאין תחתון למטה הימנו, ביחד עם זה איז דוקא אבעת את הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב, איז דוקא מתוך שמחה ובטוב לבב נעמט מען אויף אט דעם ענין הירידה, וויסנדיק, אז דורך דערויף איז דאס

5צורך עלי'אן עלי'נאך העכער פון דעם ארט פון וואנענט זי האט יורץ געווען, כמדובר כמה פעמים, און ער האט אויך אין דערויף די ביידע ענינים, אפילו אז מ'האט דעם שיעור בנוגע צו שמים האזינו און בנוגע צו ארץ האט מען מערניט ווי תשמע הארץ אין רפי איז דאס דוקא דורך דערויף וואס א איד טוט עבודתו דוקא בארץ, און דוקא ווי א נשמה ירדה ביז אין א בירא עמיקתא פון ארץ ובלשון חזל שאין תחתון למטה הימנו, און דארטן מאכט ער מתוך שמחה וטוב לבב איז ער פורץ אלע גדרים, און דארטן ווערט ניצוץ שמים, נאר אויך שמי השמים, און נאך מערער השמים ושמי השמים, ולא יכלכלוך, ואפקי הבית הזה בניחותו, ניט בלשון תמיהו, נאר דוקא הבית הזה. ובפרט נאך, אז ס'איז דאך אין דערויף דער דיוק, כמדובר כמה פעמים, אז מ'זאגט ועשו למקדש ושכנתי בתוכם אז יעדער איד מאכט פון זיין בית א פרטי מאכט ער א ביתו של הקב,"ה, כמדובר כמה פעמים איז דאך פארשטאנדיק דער גודל השמחה, וואס דער אויבערשטער ווערט ביי אים ושכנתי אין זיין דירה פרטית און אין זיין חדר פרטי און אין זיין ענינים פרטיים,

6עאכו כמה וכמה אז מ'האט דאס נאך אין חודש אבול, וואס דער מלך איז בשדה, און מראה פרים שוחקות לכולם ומקבל כולם בספר פנים יפות און אין דערויף גופא האט מען שוין די התחלה פון ימי הסליחות, און מ'גייט שוין אריין אין דעם יום השלישי פון ימי הסליחות, וואס דאס הויבט זיך דאך אן לאחרי תפילת מענה בהתאם אויך דערצו, וואס דאס איז אויך די התחלה פון יום השלישי כמוזכר לעיל איז דאך אלעמאל התחלת פון סליחות איז דאך במוצאי מנוחה, במוצאי שבת, וכמבואר דער טעם אויף דערויף וואס מ'האט דאס אלעמאל מדייק אז ס'זאל זיך אנהויבן דוקא במוצאי שבת, ובהתחלת פון יום בראשון, ווי יש לומר אויך מוסיף זיין בזה, אז דער ענין פון סליחות איז פארבינדט מען זיך גלייך ווי דער אויבערשטער איז פארבונדן מיט יום אחד, אז ער איז יחידו של עולם, במילא איז דא� פארשטאנדיק, אז ער איז מוכל וסלח, און עאכו כמה וכמה מכפר די אלע ענינים, ביז וואנענט אז ניט מאס ס'בלייבט ניט קיין ראשי, נאר אדרבא ס'ווערט דער ענין פון תוספתו, ביז אן עור חדש ממש, ווארום דאס איז מקום שבעלי תשובה עומדים און תשובה לאפו ניט אויף אן ענין של אבן חס ושלום, נאר פון לשון חסרון ער קען האבן נאך א גרעסערע שלימות, כמדובר

7כמה פעמים, ווערט דאך דאס א שמחה הכי גדולה, איז דאס אויך פורץ כל הגדרים, על אחת כמה וכמה פורץ כל הגדרים פון דעם גלות, און ס'ווערט תיכף ומיד ברגע כמימרא, און נאך האלטנדיק אין מיטן אין דעם רעדן בהמשך, האט מען גלייך די גאולה האמיתית לשלימה על ידי משיח צדקנו, און גלייך האט מען אויך דעמאלט די התחלה פון ילכו מחיל אל חיל פיז יראה אלא לגים בציון צוזאמען די גאולה האמיתית והשלימה וואס קומט אין גלות און אין זמן הגלות, האט מען ברגע קיין מימרא אז מ'שטייט גלייך אין זמן הגאולה האמיתית והשלימה, און גלייך ארוי אין ענני שמיא, לארצנו הקדושה, און דארטן ווי לילושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובית המקדש, תיכף ומיד ממש, ולא עקבן אפילו כהרף עין, ובפרט אז מ'נעמט דאך אויף זיך די שליחות פון צדקה, כמדובר כמה פעמים מ'איז דאס נאכמער מזרז, און ס'ווערט דער ענין בגלוי, כמוזכר לעיל, אז מ'האט גלייך די גאולה המצוות והשלימה אין דעם לעצטע רגע פון גלות, וואס ס'ווערט גלייך דער ערשטער רגע פון גאולה, און אין די נקודה פון מקום

8וואס מ'געפינט זיך נאך זייענדיק אין גלות, ווערט דאס גלייך אריבערגעטראגן, אבער מ'הויבט דאס אן פון גלות, און מ'ווערט גלייך אריבערגעטראגן, כאמור, אין ארצן הקדושה, אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הבית, ובבית המקדש, ובקודש הקדשים, ותוקף ומיד ממש, והוא העיקר.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions