transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ווי מ'האט גערעדט פריער, אז דער ענין פון דער פדי איז דער אופן אז דאס זאל זיין א פדי בשלום, בדוגמא ווי די תורת הבעל שם טוב פון נזוב תעזוב אמו אז מ'פועל'ט אויפן גוף אז ער זאל ארבעטן מיט דער נשמה צוזאמען אין עבודת ה אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות',
¶2און וויבאלד אז דאס איז געווען דער מייסד און דער ערשטער נשיא פון תורת חסידות חב", וואס ער האט זיך געמאנט און דורכגעפירט, כפתגם הידוע, אז דער בעשם טוב האט געזאגט אז מ'דארף טאן די ענינים, און דער אלטער רבי האט באוויזן ווי אזוי מ'קען זיי טאן
¶3וכמדובר לעיל, אז א מענטש דארף דאך טאן ענינים מצד דערויף וואס דער שייכל הייסט דאס, ניט מצד דערויף וואס א מדות שבלב אליין, ס'דארף דאך זיין דער מוח שליט על הלב איז אזוי איז אויך בהנוגע אין תורה ומצוות דארף דאס דורכנעמען חב"ד, ואדרבא ס'דארף דאך חב"ד פועל זיין אויף חגת,
¶4ווי גערעדט דער שליט אל הלב, וואס דעמאלט איז די לבושים די 'מחשבה דיבור' ומעשה מיט אן אור און מיט א חיות און מיט א שלימות.
¶5וואס דערפאר איז דאך וויבאלד אז דאס איז געווען דער יסוד והתחלה איז ביי אים דא די כל הענינים, ווי דערנאך איז דאס ארויסגעקומען בא יעדן נשיא, אין זיין קו אדער אין זיין ענין במיוחד, איז ביי אים געפינט מען אט די אלע ענינים, און ווי דער אלטער רבי האט געמאנט במעשה בפועל.
¶6וואס אף על פי וואס יעדער נשיא, כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז דאס ווערט דאך אנגערופן בשם מאיר איז דאך יעדערער פון זיי איז דאך יעדערער איז דאך אן ענין עצמי,
¶7במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז ער האט אן ענין עצמי שלו.
¶8אין וועלכן דאס איז די מצוה דהוי זהיר בו טפי על דרך ווי דאס איז דא אין א נשמה פרטית, איז דאך דאס אויך דא אין א נשמה כללית, ווי די גמרא ברענגט דאס בהנוגע צו אזוינע אידן וואס זיי זיינען געווען נשמות כלליות,
¶9געפינט מען אבער בא דעם אלטן רבי'ן דאס במיוחד בהדגשה, אט די נקודה וואס גערעדט פריער אז ס'דארף זיין בשלום, אז כל כוחות נפשי און כל כוחות הגוף זאל דאס דורכגענומען ווערן מיט אן אופן מיט דעם ענין פון בכל דרכיך וואס דאס איז דאך יעדערער מחוייב,
¶10אבער אז דאס קומט אויך אראפ בגלוי בכל כח ואבר כפי ענינו אין זיין אבר.
¶11וואס אף על פי וואס יעדערער איז דאך אין דערויף מצובה, אדער ווי דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן אין אגרת הקודש, אז יעדער איד איז מצובה ”לקיים כל תרייג מצוות”, א חוץ 'מצות המלך',
¶12שמוציא את הכל, ס'איז דאך אבער דא ענינים וואס ער טוט זיי בגלוי, און דא ענינים וואס ביי אים איז דאס וואס ער איז ”עוסק בתורה”, איז דעמאלט כאילוי הקריאות ועד"ז אין כמה אופנים וואס מ'קען דאס פארבייטן דעם ענין,
¶13מערניט וואס במצוה דא וזהיר בו טפי אט דא מוז ארויסקומען מיט א הידור און אין אן אופן פון טפי געפינט מען אבער בא דעם אלטן רבי'ן, אז ער האט דאס געטאן בפועל ובגלוי ובמעשה,
¶14וואס דערפאר געפינט מען דאך ביי אים א דבר פלא וואס מ'געפינט דאס ניט אפילו בא די נשיאים ממלא מקומות.
¶15כאמור לעיל דער ענין וואס דאס איז אראפגעקומען במעשה בפועל.
¶16וואס ס'איז דאך דא, צום ביישפיל, די הלכות קריאת התורה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דקדוק, מיט טעמי הנגינה און מיט טעמי ההפסק, און אין כללי הדקדוק וכו' וכו איז דא אט דער וואס איז דאס מקיים על ידי וואס ער לערנט הלכות קריאת התורה, און ער הערט די קריאה פון א צווייטן.
¶17דאס וואס מ'געפינט בא דעם אלטן רבי'ן, אז ער האט געלערנט הלכות קריאת התורה, און האט געלערנט דקדוק מיט אויך עניני נגינה, און איז אליין געווען א בעל-קורא בפועל.
¶18ס'איז דא די ענינים פון ”שיעורי ומדות התורה” וואס זיי זיינען ברורים, און ס'איז דא ענינים פון ”שיעורי ומדות התורה” וואס אין דערויף איז דא ספיקות און מ'דארף דאס מעסט זיין.
¶19איז ניט יעדער תנא און אמורא האט זיך פארנומען מיט מעסטן מדות, אויף דערויף זאגט די גמרא אז ס'איז דא ר' שמעון עס כן הי' אבער ניט יעדערער האט זיך דערמיט פארנומען.
¶20על דרך זה געפינט מען ניט בא די נשיאים, אז זיי האבן זיך אליין פארנומען מיט אפמעסטן פארשידענע שיעורים אין מדות שבתורה, שרייבט אבער דעם אלטן רבי'ס ברודער אין שורות יהודה, אין די ספרות שלו,
¶21אז דער אלטער רבי האט אליין געמאסטן שעורות און געמאסטן דערנאך אויך מטבעות, כדי צו וויסן די שיעורים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט א שעורה און וואס ס'איז פארבונדן מיט א מטבע וכו ווי ער ברענגט דארטן די דוגמא בדבר.
¶22וואס די הלכות האט דאך געלערנט יעדערער פון זיי, אפילו א איש פשוט לערנט דאך דאס.
¶23אבער אליין גיין מעסטן אין ניט דאס איז ענינים וואס ביי אים דארף דאס אראפקומען במעשה בפועל דער אלטער רבי האט דאס אויך אפגעטאן במעשה בפועל.
¶24דאס הייסט, אז אויך אט דער ענין שיעורים ”הלכה למשה מסיני” דארף מען דאך אפמעסטן ווי אזוי דאס איז בזמן ובמקום, האט ער אליין דאס געמאסטן און מדייק געווען און דערפון ארויסגענומען די הלכה למעשה בפועל, ווי דער שורת יהודה און דער צמח צדק און שעלת שובה שלו ברענגען דאס אראפ פון די שיעורים און פון די מדידות פון דעם אלטן רבי'ן אליין.
¶25ביז וואנענט אז ”ואהבת לרעך כמוך” וואס דאס איז דאך א יסוד אין תורה, על אחת הכלל גדול בתורה כלשון הספרא וכלשון הגמרא, ס'איז דאך אבער דא אויך ווי מ'טוט דאס מיט א מדידה והגבלה,
¶26ס'איז דא אזוינע וואס טוען דאס אפילו למעלה ממדידה והגבלה, וואס געפינט מען בא דעם אלטן רבי'ן?
¶27אז זיין התחלה און יסוד ווען ער איז ארויס אלס בפני עצמו, וואס דאס ווערט דאך ווען מ'האט חתונה, ווארום ביז דעמאלט איז דאך ווי ער זאגט אין זייער א פלאג גופא,
¶28און דערנאך איז ”זכור נקבה ברא אותם” ”ויקרא שם אדם” ערשט דעמאלט ווערט דאס אדם ווי די גמרא דרש'נט דאס אין יבמות, איז מיט וואס האט זיך אנגעהויבן חיי נישואים און ווי אזוי האט ער זיך געגרייט דערצו?
¶29איז די הכנה רוחנית איז דאך דאס דא בפשיטות בא יעדערן, דערנאך איז דאך נישואים פארבונדן אויך מיט ענינים גשמיים, און ווי דאס איז דעמאלט דער מנהג און דער מנהג נאך פריער וכו דער ענין פון נדוני איז דער יסוד פון דעם אלטן רבינ'ס חיי נישואין איז געווען בהנוגע לממונו,
¶30בהנוגע צו זיינע נכסים, אז מ'זאל אים ניט זאגן קיין דיעה, ער זאל קענען טאן מיט זיין נדוניא וואס ער וויל.
¶31און אזוי ווי מ'האט געוואלט האבן דעם שידוך האט מען מסכים געווען אויף דעם תנאי אויך, אף על פי וואס מ'האט געזען אז ער האט א הנהגה משל אור.
¶32דער רבי, דער נשיא, אז וואס האט ער געטאן גלייך ווען ער האט ער גענומען דעם גאנצן סכום וואס ער האט באקומען, און האט דאס אויסגענוצט אויף מבסס זיין אויף געבן אידן א מעגלעכקייט פארנעמען זיך מיט א מלאכה עושה פרות,
¶33במילא האט ער זיי געגעבן א טייל במתנה און א טייל בהלווה, און איינגעקויפט די פארשידענע מכונות מיט די כלי אומנות וואס מ'דארף האבן דערצו כדי יעדערער פון זיי זאל זיך קענען איינארדענען די מלאכה אז מפרנסת את בעל אים.
¶34וואס דאס איז געווען אין דין דארף מען געבן, ווי דער אלטער רבי אליין שרייבט אין אגרת הקודש, חומש מן המובחר און מעשה מיט די בינונות, און וויבאלד אבער אז זיין שיטה איז דאך געווען, וואס דאס האט זיך דאך אנגעהויבן נאך צו בר-מצוה, כידוע בדברי ימי חייו,
¶35עאכו"כ פון די חיי נישואים, איז אט דעמאלט די ערשטע געלט וואס ער האט באקומען איז ”כלל גדול הוא” בתורה האט ער אליין מיט זיך מקיים געווען און האט אפגעגעבן זיין גאנצן ענין אויף ארויסהעלפן אידן מבסס זיין זיך און מתפרנס זיין זיך אין א ”מלאכה המפרנסת את” בעל לב.
¶36ועל דרך זה נאך בכמה וכמה פרטים, וואס ס'איז א זיכערע זאך, אז די אלע נשיאים, און אפילו די חסידים, זיינען געווען זהיר און זהיר טפיין אט די אלע ענינים, אבער אט דעם אופן, אז די חיי מעשים בפועל זאלן זיין א פארקערפרונג, ווי מ'זאגט דאס איצטער,
¶37א דוגמא בפועל פון דער שיטה וועלכע ער לערנט במעצמו ולתלמידיו, געפינט מען דאס אין אן אופן בולט, און אין א מעשים בכל יום בא דעם אלטן רבי'ן, סיי בהנוגע צו 'לימוד התורה', איז ווי גערעדט פריער, סיי בהנוגע צו קריאת התורה, בהנוגע צו תקיעת שופר, וואס ער איז אליין געווען דער בעל תקוע,
¶38ועל דרך זה בהנוגע צו מדידות ושיעורים שבתורה וכו האט ער 'עוסק בתורה', סיי בהנוגע 'ובגמילות חסדים', ווי גערעדט פריער, אז אין אן אופן וואס די גאנצע נכסים האט ער אנגעהויבן דערמיט וואס ער האט זיי אינגאנצן אפגעגעבן אין ”ואהבת לרעך כמוך”.
¶39ועל דרך זה אויך ”אין מתפלל אים הציבור, אין” די ביידע טייטשן אין דעם, מתפלל אים הציבור צוזאמענקלייבן אלע זיינע עשר 'כחות הנפש', ומתפלל אים הציבור כפשוטו איז דאך ידוע די עבודה פון דעם אלטן רבי'ן אין עבודת התפילה,
¶40ביז וואנענט אז ווי ידוע דער סיפורי חסידים, אז דער ארט אין בית הכנסת וואו ער האט געדאוונט איז געווען ארומגעקלאפט מיט א וויכן שטאף די ווענט ארום און ארום, ווארום בשעת מצד ההתבוננות און מצד ההתעמקות אין עבודת התפילה איז אט דעמאלט איז ער געווען עלול אז דאס זאל שאדטן זיין 'אברי הגוף',
¶41מצד די התבוננות וואס זי איז געווען פארבונדן מיט התפעלות, כידוע אין דעם סיפור זה בארוכה.
¶42וכאמור, אז דאס איז דאך געווען ביי אלע נשיאים, אבער אין אן אופן אז דאס זאל זיין במעשה, און דאס זאל זיין בכל הפרטים, ווי כאמור לעיל, אין די אלע דריי קוים פון ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל” אין א ציבור און בא יעדערן בשלימות אט דאס איז געווען בא דעם מייסד בא דעם בעל הגאולה והשמחה, בא דעם אלטן רבי'ן.
¶43וואס דערפאר געפינט מען דאך אויך, אז פונקט ווי ס'איז געווען דער ”ואהבת לרעך כמוך” בהנוגע צו די ענינים גשמיים פון די אידן, וואס א אידישע גשמיות איז דאך אויך רוחניות, אזוי איז אויך געווען דער ”ואהבת לרעך כמוך” בהנוגע צו ענינים רוחניים.
¶44וואס דאס איז דאך דער רובם ככולם פון די עשר זכוסים, וואס דער אלטער רבי האט גערעכנט אז איז דאך דא כמה ענינים דשמיים אויפטו און כמה ענינים רוחניים.
¶45ביז וואנענט אז דאס איז, ווי גערעדט פריער בהנוגע צו דער נדוניא, אז דאס איז נאך געווען נאך קודם שנעשה נשיא איז שוין געווען דער יסוד חייו באופן כזה, וואס אט אזוי איז אויך בהנוגע צו ”ואהבת לרעך כמוך” אין ענינים רוחניים, איז דאך אויך געווען וואס ער איז געווען דער וואס דער מגיד האט אים אויסגעקליבן,
¶46אז ער זאל צוזאמענקלייבן אלע דינים למעשה בפועל, פון דער גאנצער שקלא-וטריא פון ראשונים ואחרונים, וכידוע דער סיפור אז ער האט דאך געזאגט, אז ס'איז דא אין דערויף אן אחריות, און האט דאך אף על פי כן האט זיך ניט גערעכנט מיט די אחריות, און האט אנגעשריבן און אויפגעבויט דעם שולחן ארוך, דער שולחן ווי מ'רופט אים בכל מדיני שולחן הרב.
¶47סתם הרב ווייס מען שוין וועמען מ'מיינט, וואס דאס איז דאך דער ענין וואס ממנו אורה יוצא אין א הוראה ל”כל אחד ואחת מישראל” בחיי יום יום בעיקר, וואס דערפאר איז דאך ”רובי ככולו” וואס איז נשמע איז דאס אין חלק אורח חיים,
¶48און אויך הלכות מלוקטות, הלכות צריכות, אין שאר חלקי שולחן ערוך, בעיקר אט די ענינים וואס ס'איז נוגע אין חיי יום יום, ווי מ'זעט דאס בפועל.
¶49וואס דאס איז, די צוויי ענינים איז ”ואהבת לרעך כמוך” אין דער נשמה פון ורעך און דעם גוף פון רעך.
¶50וכמדובר, ס'איז דאך דא פסקי דינים פון דעם מיטעלן רבי'ן, און ס'איז דאך דא פסקי דינים און שאלות-התשובות פון דעם צמח צדק בריבור, דערנאך איז דאך אויך דא די שאלות-התשובות פון רבי'ן מהר"ש, וואס מ'האט געדרוקט, ועד דרך זה אויך פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, ובפרט אין הלכות נקוואות, ביז דעם רבי'ן נשיא דורנו, אויך ווי גערעדט פריער נאך קודם שנעשרי נשיא, זיינע שעוות ותשובות בהנוגע צו שחיטה וכו,'
¶51אבער אז דאס זאל ארויס אין אן אופן וואס ס'איז נתפשט געווארן, ווי דער רמב"ם שרייבט אין אנהויבס פון הלכות מנבירין אין סנהדרין, אז דאס ווערט נתפשט בתפוצת ישראל והתקבל רוב הציבור, ווע און א מצות לא-תעשה מן התורה איז דאס מיטן שולחן-ערוך הרב מיטן אלטן רבינ'ס שולחן-ערוך.
¶52ועל דרך זה בהנוגע צו ענינים 'פנימיות התורה' דער ספר התניא, וואס דאס איז דאך אויך ווי דער רבי דער נשיא שרייבט אין זיינע רשימות דער לשון הידוע, אז דער גדול שבגדולים ווייסט דאס ניט אל צמסיתו און אפילו דער קטן שבקטנים האט דאס צו אים א שייכות און ער קען פון דארטן נעמען וכו.'
¶53וואס דאס איז דאך ס'ווערט דאך אנגערופן ”ספר של בינונים” וואס ווי דער אלטער רבי איז מסביר אין תניא, אז ”מדת הבינונים היא מדת כל אדם, ואחרי' כל אדם ימשוך”.
¶54ניט נאר אז דאס איז ”מדת כל אדם” בכח, נאר ער זאגט דערנאך, אז בפועל קומט דאס אראפ אין אן אופן אז ”אחרי' כל אדם ימשוך”, איז ער נאר פון ”אתם קרויים אדם” איז אט דעמאלט איז אחרי' ימשוך.
¶55ועד דרך זה בכמה פרטים מחייו.
¶56וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, אז מי יבנה לו און מי ישבו לו, און ווי דער לשון אין תניא מיהו זה ואין שהוא אשר ערב לבו, אפילו שאמץ מנהו, פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דער צמח צדק שרייבט אויף אים, אז זיינע ריידע איז חורן, און ביי אים איז דאס קודש הקדשים,
¶57א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן אפילו אט דארטן וואס דער צמח צדק זוכט אויף דערויף הבנה והסברה, און ער האט דאס אפגעשריבן ניט אין א מאמר חסידות, נאר אין א שאלה ותשובה על פי נגלה, פאררופט זיך אויף א לשון פון ירושלמי אבער וועמען שרייבט ער דאס?
¶58בהנוגע צו א ווארט מיט אן ענין פון דעם אלטן רבי'ן, און דאס ווערט א חלק פון א שאלה ותשובה בנגלה.
¶59וויבאלד אבער אז דער אלטער רבי האט דאס געטאן אין אן אופן אז דאס איז דערגאנגען לדורתו אחריו, ביז לדורנו זה איז דאך זיכער אז לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלי און דאס מיינט מען בחושא בדבר, דער ”המעשה הוא העיקר” אז וויבאלד אז ער איז געווען דער רואה נמן,
¶60ומה עד כאן אף אתה ”עומד ומשמש” אז ער איז איצטער אויך דער רואה נמן איז א זיכערע זאך, אז בא יעדערן פון א הולך בעקבותיו, וביז וואנענט ווי דער אלטער רבי האט געוואלט ווי גערעדט פריער אז כל אשר ”בשם ישראל יכונה” דאס איז שייך און דאס געהערט און דאס איז נוגע צו יעדער אידן בכל קצוי תבל,
¶61איז דאס זיין שיטה צו וועלכע סוף כל סוף ער וועט קומען איז אויך פון דער הוכחה, אז די חיי בעל השיטה, וואס ער האט אין זיין לעבן אראפגעבראכט במעשה די כללי שיטתו ופרטי שיטתו איז ”שמץ מנהו” בשעת מ'וויל קען מען דאס נעמען און אויסנוצן און נעמען דערפון 'אור וחיות' בעבודתו פרטית,
¶62ווארום דאס איז כננת וואס ער האט צו-טאן מיט אן ענק, אפילו ווען ער שטייט ניט על גבי הענק, אבער ער האט דאך צו-טאן מיטן ענק איז אט דעמאלט קען ער אויפטאן גדולות ונצורות, ביז ווי דער לשון פון די אגרת פון י'ט' כסלו הגדיל והפליא ”הוי' לעשות בארץ” אויף אויפטאן דאס בארץ שלו,
¶63אין ארציות וחומריות שלו, ביז בארץ כפשוטה, אז ס'זאל זיין די הכנה והקדמה קרובה, דורך דערויף וואס ער וועט מפיץ זיין די תורת בעל הגאולה,
¶64ביז אין א מעשה ובכום בפועל בכל מקום שידו מגעת, וואס דאס וועט אראפברענגען דער ו”מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים” ווי דער רמב"ם איז מסיים און שליסט דערמיט אפ הלכות מלכים די פרקים וואו ס'רעדט זיך וועגן משיח און וימות המשיח, בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו,
¶65יבוא ויגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו” לחיים.