English
ספרייה
kind
paragraph
order
J
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דערפאר איז אויך ספעציעל צוגעפאסט אט דאס וואס מיר האבן זיך איצטער אלע צוזאמענגעקליבן, און דערביי איז דא אנשים און נשים וטף, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך און סיי גאר קליינע קינדער, און מ'קלייבט זיך אלע צוזאמען אלס צבאות השם כדי נאכמער שטארקן זיך אין ביראה את הוי ווערט דאס נאכמערער פארשטארקט און נאכמערער באלויכטן און נאכמער ליכטיקייט, אז מ'מאכט א הקהל אין ימי חנוכה און אין דעם יאר, וואס דער גאנצע יאר איז שנת הקהל, און ווי די כוונה, ווי דערמאנט פריער, אז דאס זאל דערנאך באלייכטן די אלע טעג פון דעם גאנצן יאר. וואס אויף אזוי איז אויך דער צוזאמענקלייבן זיך איצטער אין ימי חנוכה, איז וויבאלד אז דאס איז שנת הכל, איז די כוונה אין דעם, אז יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז זאל אויסנוצן די טעג פון דעם יאר פון שנת הקהיל, אויף פון צייט צו צייט צוזאמענקלייבן אנשים ונשים וטף, וואס דאס קען דאך געטאן ווערן דורך קינדער, אויב זיי זיינען נאר אין צבאות השם אט דעמאלט קענען זיי זיך איינווירקן אויף אנדערע קינדער, וויבאלד אז דאס איז אידישע קינדער, און צוזאמענקלייבן זיך מיט זיי צוזאמען, לעדן צוזאמען דברי תורה און דברים פון יראת ה', און אזוי אויך איינווירקן אויף דער מוטער און דעם פאטער, אז די מוטער זאל דאס טאן בנוגע צו נשים, און דער פאטער זאל דאס טאן בנוגע צו אנשים, צו ערוואקסענע מענטשן, אויף וועלכע דער קינד איז שווערער צו איינווירקן,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים