Paragraph
Paragraph rh-df5ajdv5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jsnfk3cq
- order
- o
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- און ס'וועט אויך זיין ווי די התחלה פון דער אגרת הקודש, און אויך פון דער התחלה פון אגרת ווי דערמאנט פריער, אז בימיו ובימינו תושע יהודה, ירושלים תשב לבטח, און ס'וועט זיין אין אן אופן ווי ער זאגט דערנאך אמן, כן יהי רצון, אז מ'שאפט א נייעם רצון, אז ס'זאל זיין נאך פריער, ווי ס'איז פריער געווען די החלטה, ביז אין אן אופן פון א גאולה, אין אן אופן פון מיד הן נגאלין. וואס דערפאר איז מען דאך עוסף כנהוג יעדערן פון אייך א שליחות מצוה אין מצות הצדקה, אויף אפצוגעבן דאס בהקדם, ובהוספה משלו, בנץ החמה וכו' אויף אן ענין של צדקה, זאל בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם טאג פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב וואס דאס איז דאך הלילה הולך אחר היום אין עניני קדשים, די לילה, און זאל זיין דער טוב כפול, ובפרט אויך כולל דעם טוב פון "כפליים לתושי'", וואס דאס איז דאך דער עתיד לאתבא צדיקייא בתיובתא, ביז אין אן אופן פון נגאלין מיד, ובפשטות, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס ילמד תורה את כל העם, ביז אין אן אופן של ראי' ביז אין תורה חדשה מאיתי תצא, וואס כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם.
- proofread
- 1