עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

99 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1על דרך ווי גערעדט פריער בנוגע צום שיעור חומש פון טאג, איז דאך אויך דא דער שיעור פון רמב"ם פון טאג, און דעם אופן וואס נתקבל געווארן והולך ומתפשט פון ג' פרקים ליום, וואס אויך דער שיעור פון דעם טאג, יום השלישי, איז אין הלכות מלוה ולבי, גלייך מתחילתם, די ערשטע דריי פרקים.

2מ'הויבט זיך גלייך אן מיט א מצות-עשה, ווי דער לשון הרמב איז אין פנים ההלכות, לאחרי ההקדמה פון יעדער הלכה, און אזוי אויך אין די הלכה וואס בתחילה רעכנט ער אויס די מצוות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין די פרקים הבאים לאחרי זה,

3וואס דאס זאגט ער אויך, אז ס'איז א ”מצוה להלוות לעני” און דערנאך רעכנט ער די נאך מצוות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין דער הלכה.

4וואס אין דערויף האט מען דאך שוין אמאל גערעדט בארוכה, וואס לכאורה איז דאס אינגאנצן ניט פארשטאנדיק די מצוה להלוות טייטשט ער אפ גלייך אין מכילתא,

5אז אף על פי וואס אין פסוק שטייט ”אם כסף תלוו את” העני עמך לערנט מען גלייך אפ פון די ווערטער וואס שטייט נאך דעם ווארט העני אז דאס מיינט מען אפילו אן עשיר פונקט אזוי ווי צו אן עני, ועד כדי כך אז מ'זאגט בין לה עני ובין לה עשיר,

6עד כדי כך אז ס'איז דא אזוינע מפרשי הרמב"ם וואס ווילן דאס איינטייטשן אין רמב"ם אויך, אז דאס וואס דער רמב"ם זאגט עני מיינט ער עני באותו שעה וכו' וכו וואס דאס איז אינגאנצן דער היפך פון כלל וואס דער רמב"ם זאגט, בהנוגע לספרו, אז דאס איז א לשון צחה וברורה,

7איז וויבאלד ער שרייבט עני מיינט ער דאס עני, בפרט נאך אז ער שרייבט דעם לשון אין אן ענין אין וועלכן ס'איז דא א גאנצע שקלא-וטריא, צי דאס מיינט מען עני צי דאס מיינט מען עשיר בשעת דחקו, און אף על פי כן קלייבט ער אויס פון די אלע לשונות וסברות און שרייבט בפירוש ”מצות עשה להלוות לעני”

8וכמדובר שוין אמאל בארוכה ווי אזוי קען מען דאס פארטייטשן און דאס זאל שטימען, ניט זיין קיין מחלוקת וכו אז דער רמבם גייט לשיטתו, אז בשעת ער זאגט אן ענין וואס מ'לערנט אפ אפילו מיט י' ”ג' מזוריש התורה נדרשת בהם”, אז ס'שטייט ניט בפירוש אין פסוק האט דאס א תוקף פון דברי סופרים,

9משא' כן אז ס'שטייט בפירוש אין פסוק איז דאס אן ”ענין מן התורה”.

10על אחת כמה וכמה בשעת ווי ער הויבט-אן שאר הלכות, אז דארט וואו ס'איז דא א מצות-עשה אדער מצות לא-תעשה הויבט ער אן די הלכה מיט דעם לשון מצות-עשה אדער מצות לא-תעשה וכיוצא בזה,

11איז דאך פארשטאנדיק אז לויט די שיטה פון דעם רמב"ם קען ער אין דערויף רעכענען מערניט ווי בשעת מ'ליידט דאס אפ אן עני.

12אפילו אז מ'זאל זאגן על דדת שאר הפוסקים וואס נוצן דעם ווארט אז דאס איז פונקט אן עני ווי אן עשיר בשעת דחקו, טייטשנדן זיי דאס אפ אין פסוק אזוי,

13אבער בשעת דער רמב"ם נעמט דעם פסוק אלס א לשון צחה וברורה און שטייט אין פסוק אני איז פארשטאנדיק, אז דער תוקף פון א מצות-עשה קען דאס זיין דוקא ביי אן עני און ניט ביי אן עשיר בשעת דחקו.

14וואס יש לומר, אז אין דערויף איז נפקא מינה בהנוגע להלכה במעשה בפועל.

15דער ענין צו מ'רעכנט דאס אין ענין המצוות צי ניט איז לכאורה ניט נוגע בזמן זה, וואס מ'קען ניט ברענגען קיין קרבן עולה וכיוצא בזה, וואס מ'דארף איר ברענגען אויך אויף א ”ביטול מצות עשה” וכיוצא בזה,

16איז ”למאי נפקא מינה” צי מ'וועט זיך האלטן אננעמען דעם רמב אים שיטה צי ניט דעם רמב אים שיטה, יש לומר די נפקא מינה בהנוגע לפועל ובמעשה בפועל.

17בשעת ס'איז דא צוויי הצעות אדער צוויי בקשות פון ענני ממש, און פון אן עשיר בשעת דחקו, איז יש סברא לומר,

18אז וועמען דארף מען מקדים זיין?

19דארף מען מקדים זיין דוקא דעם עשיר בשעת דחקו, ווארום ביי אים איז דאס א מעמד ומצב צו וועלכן ער איז ניט צוגעגרייט און ניט צוגעוואוינט, משא' כן אן עני איז ער שוין רגיל אז ער דארף אנקומען צו הלוואות, און נאך מערער ער דארף נאר אנקומען צו צדקה, ווי ער איז דערנאך ממשיך אין רמב אז די ”מצות עשה להלוות לעני” איז דאס נאך יסורה מן הצדקה.

20וואס דאס פאסט דאך אויך, צדקה איז ניט שייכות זאגן בא קיין עשיר, אז סיי בשעת הצדקה איז ניט בשעת הצדקה, ניט בשעת הצדקה, ניט דארף עניט אנקומען צו צדקה, ער קען לייען דע טאר ער ניט נעמען קיין צדקה.

21במילא איז לדעת שאר הפוסקים וואס זיי טייטשן איין, אז אין דער מצות-עשה איז דאס סיי אן עני און סיי אנשיר בשעת דחקו, איז בשעת ער האט א ברירה, איינע פון זיי, אדער על כל פנים וועמען דארף ער פריער געבן און וועמען דארף ער שפעטער געבן איז על דרך ווי מ'זאגט בכמה וכמה ענינים,

22אז מ'דארף זיך רעכענען מיטן מעמד ומצב פון דעם הזקוק לעזר אדער לגמילות חסדים אדער לצדקה, און דעם וואס דאס איז אים מער נוגע און ס'פעלט אים מערער און ס'יאגט אים מערער איז ער איז קודם לדבר.

23במה דברים אמורים? אז ביידע זיינען במצות-עשה.

24אויב איינער איז א מצות-עשה, און די צווייטע, מערניט ווי מדברי סופרים איז א כלל אין הלכה, אז בשעת מ'קען מקיים-זיין איינער פון צוויי ענינים, אדער א מצות-עשה אדער א ”מצוה מדברי סופרים” דארף מען מקיים-זיין די מצות-עשה.

25וואס דאס איז די נפקא מינה בהנוגע לפועל.

26כמדובר כמה פעמים, און אויך ווי דער רמב"ם אליין שרייבט, איז דאך כל הלכות התורה, עאכו כמה המצות-עשה און א מצות-עשה הכי גדולה, ווי מ'טייטשט דאך אויך אפ אין מדרשי חז"ל,

27אז אין כסף תלוי ”את העני עמך” אז דורך דערויף וועט מען עמך מיטן אויבערשטן אליין.

28וואס דאס איז דאך אן אויפטו אין דער מצות-עשה לגבי שאר מצוות-עשה.

29בשעת מ'טייטשט אפ דעם ווארט מצוה טייטשט אפ חסידות, ובארוכה אין תניא, א מצוה איז דאס אין דער ”לשון צוותא וחיבור”, אז דורך דערויף שטייט מען צוותא וחיבור מיטן מצוה המצוה, דערנאך זאגט מען, אז ס'איז דא אזוינע מצוות וואס אויף זיי שטייט בפירוש, אז דעמאלט ווערט מען עמי

30וואס דאס שטייט ניט בא קיין אנדערע מצוות, אף על פי וואס זיי ווערן אויך אנגערופן בשם מצוה, בשם מצות עשה, אדער מצוות לא-תעשה וכו,' אעפ' כן שטייט ביי זיי ניט דער ענין פון אמין,

31און אמרך, מיט די אלע ענינים ווי אפגעטייטשט אין ”תורת אמת”, אין תורת חיים און תורה בפירושה ניתנה.

32וואס דאס איז, כאמור, די נפקא מינה בהנוגע לפועל, און דערנאך קומט אראפ דערפון די ראי' און די הוכחה בהנוגע ליישר און די הוראה בהנוגע ליישר הלבבות וליישר הדיעות.

33אזוי איז דער גדר פון א מניע על פי הלכה?

34איז דא אויף דערויף א הלכה ברורה, המי ”שיש לו מאתיים זוז” טאר ער ניט נעמען קיין צדקה, דערפאר וואס ער איז ניט קיין עני.

35חסר זוז אחד מעג ער נעמען אלף זוז אויב מ'גיט דאס אים בבת-אחות, אדער ריבו, אן קיין הגבלה.

36איז וויפל מ'גיט אים, מ'גיט דאס אים מיט אמאל, איז אויב ער האט מערניט ווי הונדערט ניין און איינציק זוז קען ער נעמען דעם גאנצן אושר הכי רב וואס מ'גיט אים.

37וואס דאס איז ווי דער ענין איז ”אין הלכה ברורה”, דערנאך איז דאך אבער דא דער ענין פון עני באותו שעה אדער עני באותו מעמד ומצב, וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין שטייט בגלוי אין נגלה,

38עאכו"כ אן ענין עיקרי, דערציילט די גמרא אריכות הסיפור בהנוגע ביתו פון הקדומין בן גוריאם, וואס זי האט געמאנט אז מ'זאל איר געבן געלט אויף פסמים,

39און מ'האט איר געגעבן א סכום הכי גדול, האט זי געזאגט, און געזאגט הלוי ניט זי האט ניט געמיינט א ברכה בזה, מ'איז פונקט דער היפך אז ”כך תפסקו לבנותיכם”.

40און האט איר גלייך געענטפערט, הלואי זאל טאקע אזוי זיין, אז מ'וועט געבן די הונדערטער דינרי זהב אויף די פסמים פון די זייערע בנות.

41ביי איר אבער איז ניט וואס זי האט זיך געוואלט ברימען אדער געוואלט מאכן, די גמרא דערציילט דאס אלס א סיפור, וואס ווערט א טייל פון תורה.

42במעמדו ומצבו לפי ההרגל שלה איז דאס געווען אן ענין פון עניות ממש.

43ביז וואנענט ווי דאס שפיגלט זיך אויך אפ בנוגע צו הלכות צדקה, אז אויב ער איז רגיל ער זאל האבן חמישים איש רצון לפניו דארף מען נעמען פון קופי צדקה, און מ'דארף דינגען חמשה איש רצון לפניו ער האט מערניט ווי הונדערט ניין און איינציק זות, ער איז אבער רגיל, מאיזו סיבה שתהי',

44אז בשעת ער גייט אין גאס איז ”חמישים איש רצים לפניו” און ער האט דאך מערניט ווי הונדערט ניין און ניינציק זוז.

45איז דער דין איז, אז מ'נעמט פון קופה צדקה, דער מחסירו אשר יחסר לו טייטשט אפ די גמרא, אז מ'דינגט חמישים איש און זיי זיינען רצים לפניו, און מ'גיט דאס אים צוזאמען מיט דעם סכום כסף וויפל מ'גיט אים דערמיט צוזאמען.

46על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, ביז וואנענט ווי דאס קומט ארויס אין פועל, אז בשעת ער האט הונדערט ניין און ניינציק זוז, אדער נאכמערער ער האט א ריבוי עצום, ער איז אבער געוואוינט געווארן מאיזה סיבה שתהי בדוגמא ווי ס'איז געווען בא ביתו פון הקדימין בן גורין.

47וואס די גמרא דערציילט דאס ניט נאר צו דערציילן אן ענין, אז זיי זיינען געווען משונה'דיקע מענטשן אמאל צוליב משונה'דיקע זאכן איז דערציילט מען דאס ניט אריין אין תורה, אין תורה דערציילט מען אן ענין וואס דאס איז א הוראה בדבר, איז דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ס'איז דא אזא מין מציאות איצטער אויך,

48און אזא מין מציאות ניט דוקא אלס א יוצא מן הכלל, נאר דאס קען זיין 'לפי ערך' מעמדו ומצבו ”של כל אחד ואחד”.

49בשעת מ'קומט די הוראה אין תורה, אז יעדער איד איז ”בן אברהם יצחק ויעקב”, און ער איז ראוי מצד זיין יחוס, ועל דרך זה בהנוגע לנשים,

50נית ”שרה רבקה רחל ולאה” איז זיי זיינען זיי ראוי צו סעודה שלמה בשעתא.

51ועד כדי כך, אז מולי ס'וואלט געווען דער ענין פון מנהג המדינה, אדער מ'רעדט אפ בפירוש דער בעל-הבית, דער שכר פון די פועלים, מיט די פועלים, אז ער וועט זיי געבן אט די און די סעודה, ניט מערער זיינען זיי ביי א רעכטיק און מ'דארף זיי געבן סעודה שלמה בשעתו, און דעמאלט ווערט אויך א שאלה צי מ'איז יוצא דערמיט.

52במילא איז, אז ס'רעדט זיך בן ”אברהם יצחק ויעקב ובעשרה רבקה רחל ולאה אין” דערויף איז ניטא קיין שינויים אן זיין מעמד ומצב אין תורה ומצוותי', ווארום ער איז א ”בן אברהם יצחק ויעקב”, אף על פי שחטא נאך מערער, אז אף על ”פי שחטא ישראל הוא” איז ער ישראל על דרך זה פארשטאנדיק בנוגע לנשים ובנות,

53על אחת כמה וכמה, א זאך וואס קומט-אן בירושה איז דאך דעמאלט, כמדובר כמה פעמים, ירושה קומט מצד עצמה.

54אזוי ווי ער איז געבוירן געווארן אלס א יורש איז ער ”יורש הכל” אויף ס'איז ניטא נאך קיין ירשים.

55במילא איז אויך פארשטאנדיק בנוגע לעניננו, ווען ס'רעדט זיך וועגן אן ענין פון מלוה ולבא, אז בפשטות, אזא וואס האט הונדערט ניין און איינציק זוז, איז אויך נוגע צו האבן אט דעם ענין פון עשירות הכי גדולה, ווארום בשעת ער נעמט דאס בבת אחת דארף ער באקומען בבת אחת אט דאס אלץ צו וואס ער איז צוגעווען געווארן.

56וואס דאס קען זיין א הון הכי גדול, צוזאמען מיט כל ענינים וואס זיינען אינגאנצן לכאורה ענינים חיצוניים, ביז חמשה מ”יש רצון לפניו”.

57ביז וואנענט אפילו אז ער האט מערער פון הונדערט און איין און איינציק זוז, אבער דאס רעדט זיך אויך מצד מעמדו ומצבו הנפשי, און כדי ס'זאל זיין ”ואהבת לרעך כמוך” דארף ער דאך אים באווארענען פונקט ווי ער וואלט זיך באווארן,

58איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט וועט ער זיך ניט רעכענען צי האט ער הונדערט ניין און ניינציק זו ז, וועט ער דעמאלט גיין און טאן ענינים פלוניים, נאר בשעת ער פילט אז דאס פעלט אים גייט ער ניט איבערציילן וויפל ס'ליגט ביי אים אין קשר'ן,

59אדער אין תישקסל, נאר וויבאלד אז דאס איז אים חסר איז אט דעמאלט איז ער זיך משתדל באקומען כל החסר לו, און באקומען דאס בהעגרם הכי אפשרי.

60וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז א מצות-עשה מן התורה, אז בשעת א איד האט צרכים, און ער פילט אז דאס פעלט אים, איז א מצות-עשה מן התורה ער זאל מתפלל זיין להקב"ה ובשם ומלכות, מיט די אלע ענינים, אז דער אויבערשטער זאל אים ממלא-זיין די צרכים ווי ער פילט די צרכים.

61במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'רעדט זיך בפועל וועגן א צווייטן אידן, און עד אדם יודע ”מה שבלבו של” חבירו דאס אבער ווייס ער, אז דאס איז א ”בן אברהם יצחק ויעקב”,

62און דאס איז א 'בת שרה' רבקה רחב ולאה איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ער דארף אים ארויסנעמען פון זיין מעמד ומצב, וואס דאס איז אן ענין וואס יענער געפינט זיך אין אן אופן ”של מיצר ושל” גלות ושל משא,

63דארף ער אים געבן די פדי' בשלום ביז ווי דער מיטעלער רבי טייטשט אפ בדי' בשלום אז ס'ווערט אינגאנצן בטל דער ענין וואס איז מבלבל דעם צווייטן פון מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, אפילו בדקות דדקות.

64וואס דאס איז דער קשר פון די ביידע ענינים.

65במילא אט דעמאלט איז שייך זאגן א מצות-עשה מן התורה להלוות לעני ווארום לישר הדיעות ולישר הלבבות איז אף על פי וואס על פי הלכה איז ער ניט קיין עני, ווארום ער האט אזויפיל און אזויפיל זוז,

66א סאך מערער נאך פון מסיים זוז בשעת אבער מ'רעדט וועגן לישר הלבבות ו”לתקן הדעות בכל” הפרטים שבדבר אט דעמאלט איז פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס על פי הלכה איז ער ניט קיין עני,

67איז אבער מצד דעם ישור הלבבות והדעות ו”לתקן ולהשלים כל” ענינים אלו איז קען דאס זיין אן עשיר הכי גדול, און וויבאלד אז אים פעלט דאס מצד ההרגל שלו אדער מצד היחוס שלו אדער מצד הטיפשון שלו וכיוצא בזה-ער איז דאך אבער אזוי באשאפן געווארן און ס'איז פארפאלן ער איז באשאפן געווארן א טיפיש.

68וואס דאס איז דאך פון די ענינים ”צדיק ורשע לא קאמר” אבער אט די ענינים איז דא אזוינער וואס האט ניט פאר קיין אידן געדאכט, האט דאס מיט זיי געטראפן, איז דערנאך ווערטער און קומט צוגיין מיט א טענה צדקת היתכן,

69וויבאלד אז ”לוח לאומן שעשאני” וואס ער האט אים באשאפן אז ער זאל זיין א טיפיש, און זאל מיינען אז זיין גליק ליגט אין אלף אלף אלפים

70אבנים טובות ומרגליות כלשון המשנה, ווי כמדובר אמאל דער פלא הכי גדול, וואס ר' יוסי האט דאך געברימט, אז מ'האט אים געזאגט אז כך וכך ער זאל זיך איבערפארן אין אן אנדער שטאט, האט ער געענטפערט, ”אפילו אתה נותן לי אלף אלפים דינרי זהב” אבנים טובות ומרגליות וואלט ער דאס אויך ניט מסכים געווען,

71אף על פי וואס דאס איז אן ענין וואס איז ניט שייך צו תלמידו של אברהם אבינו דער גאנצער לשון איז פארבונדן מיט תלמידו פון היפך פון אברהם אבינו.

72כמדובר אמאל בארוכה בנוגע לפירוש משנה זה בהנוגע לעניננו מיינט מען דאך בפועל, אז יעדער איד, סיי א מאנסביל סיי א פרוי,

73ובשנת אין שנת הקהל, וואס דעמאלט איז מען דאך מאחד און מקהל אן נשים ונשים וטף צווישן זיי אזוינע וואס זיי זיינען חכמים הכי גדולים, און זיי ווייסן אז דעה כניסה איז מחת הרת קיין נפקא מינה ניט, אפילו אז ביי אים איז גאר ווייניקער פון הונדערט ניין און איינציק זות, איז וויבאלד אז דעה כניסה איז ”אין עשיר אלא בדעה”.

74ביז צו א טיפיש הכי גדול, און ער מיינט אז אלץ איז פארבונדן מיט די געלט, און אין דערויף הענגט-אפ כל הענינים גשמיים ורוחניים, ומנוחות הנפש, ומנוחות הגוף, און זיין כשרון אויף אויפטאן אין הפצת המעינות און הפצת היהדות וכו וואס אין כאן המקום להאריך בזה.

75האט מען אויך אט די הוראה, אז מצות-עשה ”להלוית לעני בישראל שנאמר”, ווי ער ברענגט אראפ אין כסף תלוי ”את העני עמך”,

76און נאך אויך עמו, וואס דעמאלט איז ער ”עמו במחיצתו”, כמדובר לעיל.

77און דאס קומט אראפ אויך ביז אויך בפשטות, אז אפילו אזא מין וואס ער איז אן עשיר הכי גדול בפשטות, דארף מען אים אויך ארויסהעלפן, אויב ער ווייזט זיך אויס אז עס פעלט אים, אדער מצד דער גילוי ס'קען גאר זיין, אז עס פעלט אים אויך בלאמיתית הענין,

78און דערפאר דארף ער אויף דערויף מתפלל זיין אין אן אופן דאס זאל אים ניט מבלבל זיין צו 'לימוד התורה' און צו 'קיום המצוות', און לעבודתו בקודש בכלל און אין הפצת היהדות בכלל, און אין הפצת המעינות במיוחד.

79און אט דעמאלט, וויבאלד אז דאס ווערט א פסק התורה, איז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” און הקב"ה איז אז מה שהוא לצוה לבניו לעשות איז ער מיט צוויי סבא און כסבא איז ער דאס מקיים אליין,

80און ער איז משפיע עשירות מופלגה ל”כל אחד ואחת מישראל” ברוחניות, צוזאמען דערמיט אויך, אז ער איז נאך פאר דערויף עשירות מופלגה בגשמיות, וכידוע פון סיפורי נשיא דורינו אז די הנהגה פון בעל שם טוב איז געווען בכללות ימי חייו,

81אז נאך קודם שנתגלה אין אמירת פון תורה האט ער שוין באוויזן מופסים און האט ארויסגעהאלפן אידן, ביז אנשים פשוטים, בפשטות ובתכלית, אויך אין ענינים גשמיים, ביז אין עניני פרנסה וכיוצא בזה,

82און ערשט לאחר זמן איז ער נתגלה געווארן און האט געזאגט תורה און געמאכט תלמידים, און געלערנט מיט תלמידים וכו' וכו און אויך דעמאלט איז געווען עסקה בשופי,

83אויך אין תיבות גשמיות צו די אידן שבדורו, און על די זה אויך ממשיך דערנאך לתבניהם ולבני בניהם ולזרעם אחריהם, כמובן אויך פון די זכרונות פון נשיא דורינו,

84און דורך דערויף גופא איז מדה כנגד מדה כמה פעמים ככה, ומקור כל הברכות פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער הישג יד הנותן איז דאך ”לי הכסף ולי הזהב”, און ער זעט דאך אדרבא בא דעם וואס ער האט א ריבוי בכסף וזהב בפשטות, און אף על פי כן וויל ער מערער,

85איז דאך אויף אים דער רחמנא'ס ערשט גרויס, וואס ער איז פאר זויפיל געפאלן, און וועט אים ארויסנעמען פון די עניות בדעה איז לכל לראש, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז מ'מאכט ביי אים בא דעם מקבל ”הסבר פנים יפות”, און ער באקומט מי לצרחא ווי ס'ווייזט אמת מצד הרגילות שלו,

86וואס דעמאלט ווערט דאס ניט נאר וואס ווייזט זיך אים אויס, נאר דאס איז טאקע צרכיו ווערט דאס אויך די הכנה, און דערנאך ווערט ער אויך אן עשיר בדעה, און וויבאלד אז פריער איז ער געווען אויך געלערנט תורה, אף על פי וואס דאס איז געווען מעוני אין ידיעות התורה, האט ער דערנאך דעם שכר אין סופו, אז ער איז 'לומד התורה' מעושר אין עשירות בדעה,

87צוזאמען מיט עשירות בפשטות.

88און דאס איז אויך דורך דערויף וואס דער אויבערשטער גיט אידן נאכמערער געלט, אדער נאכמערער כסף וזהב בפשטות, זיינען זיי דאך מרבה ניט נאר מוסיף, נאך אויך מרבה אין צדקה,

89וואס ”גדולת צדקה שמקרבת את הגאולה” ומזרזת את הגאולה ביז וואנענט מביאה את הגאולה בפשטות, אז מ'האט בפשטות גאולה האמיתית והשלימה, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ”וכספם וזהבם איתן” בפשטות,

90על אחת כמה וכמה כספם וזהבם הרוחניים קענט מען זיך אויף דער ”קהל גדול ישוב והנה” כאמור אין שלימות העם און שלימות כל הענינים הגשמיים, על אחת כמה וכמה דער ביטול החומרי שבהם, און מ'קערט זיך אום לארצנו הקדושה, 'ארץ אשר' ”תמיד הן עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה”,

91און דארט אין ירושלים עיר הקודש, און אין מהר הקודש און אין בית הקודש, און אין קודש הקדשים, וואס ער איז געווען אינגאנצן מסופר זהב, סיי די כל הענינים וואס אין קודש הקדשים זיינען געווען צוגעדעקט מיט זהב,

92כמדובר בפשטות ”הכתובים, על אחת כמה” וכמה לויט מדרשי חז.

93און דאס ווערט אויפגעטאן ביז וואנענט אז מ'זעט 'בעיני בשר' דעם קודש הקדשים, על אחת כמה וכמה דעם בית המקדש, כוננו ידיך עאכו"כ ירושלים עיר הקודש ”עיר שחוברה לה יחדיו”, וואס דעמאלט וועט דארטן זיין דער הקהל שחוברה לה יחדיו יחד שבטי ישראל ”האנשים והנשים והטף”, ביז צו קטני-קטנים,

94וואס זיי נעמט מען אויך ארויס אין גאולה האמיתית וואס לימו קיין זאך בלייבט ניט אין גלות, עאכו"כ אז קיין קינד בלייבט ניט אין גלות, עאכו"כ אז קיין ערוואקסענער בלייבט ניט אין גלות,

95און דאס ווערט אלץ אויפגעטאן אין אן אופן פון אחישנה ו”לא יקבם אפילו כהרף עין” און ”על כנפי נשרים” וואס דאס איז דאך פארבונדן מיטן ענין פון רחמנא וואס דאס איז דאך דער ענין פון א נשר, און דאס איז נאך 'על כנפי נשרים' ווי חסידות טייטשט דאס אפ אז דאס איז נאך העכער פון דעם נשר,

96ביז העכער אויך פון דעם כנף צו וועלכן דער נשר הענגט אפ און דארף צו אים אנקומען, כמבואר אין די דרושים בנוגע צו כנפי נשרים.

97און ס'ווערט בפשטות, וזהו העיקר, די גאולה האמיתית אין דעם אופן העמור, אין שלימות העם און שלימות התורה און שלימות הארץ, ביז אין אן אופן פון ”כי ירחיב הוי' את גבולך” אין די אלע דריי ענינים,

98און אויך הרחבה אין זמן, אז בנקודה זו אין 'זמן ומקום' ממש קומען אט די אלע ענינים, ובבת אחת וברגעא חדא, ומתוך שמחה וטוב לבב.

99לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions