פסקה
פסקה rh-de7pjr41
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-y1f0enmg
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בהוספה אויף די ברכות צו די ערשטע וואס זיינען אריינגעגאנגען, וואס דאס איז דאך כולל אויך אט די וואס זיינען אריינגעגאנגען איצטער, ובפרט אז זיי זיינען דאך פארבונדן מיט דורות העתידים לבוא, דאס רעדט זיך דאך וועגן חתונה ושפידוחים און חתונות וואס שטעלן אויף בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי'עד סוף כל הדורות, הלוך והוסיף ואור, ובפרט נאך אז די ברכות ווערן נאך פארשטארקט דורך די החלטות טובות פון יעדער חתן וכלה, ובמיוחד אט די וואס טרעפן זיך צוזאמען ברוב עם, אין בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים פון נשיא דורנו, החלטות טובות סיי פון דער חתן קלה און סיי פון זייערע עלטערן פון זייערע גוטע פריינט און פון זייערע קרובים ומדריכים ומדריכות, אז ס'זאל זיין א בנין עד יד על יסודי התורה ומצוותי אין אן אופן פון הלוך והוסיף ואור איז דאס נאכמערער מוסיף אין דעם קיום פון די אלע שבע ברכות, אז די אלע הכנות צו דער חתונות, און די חתונות אליין, און די שבעת ימי המשתה,
- proofread
- 0