English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

44 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ווי דער רבי האט פאנאנדערגעטיילט דעם תניא, איז דאך אויך דער סדר אז מ'זאל אנהויבן לערנען י ט' כסלו על מנת ”לסיים לשנה הבאה” בי ט' כסלו,

2און האט געזאגט, אז אין שיעור הראשון זאל מען אויך כולל זיין די ערשטע שורות פון שער-בלעטל, ביז ”בדרך ארוכה וקצרה בעזר השם יתברך”, דערפאר וואס דאס איז אויך דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן.

3וואס בכלל איז דאך דער סגנון פון תניא איז דאך ניט ווי די סגנון כמה ספרים בימים ההם וואס איז פון מיליצות, נאר וואס דען א סגנון פשוט ביותר, ”ומובן לכל, לכל” הפחות אין דעם פירוש הפשוט.

4דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דאס וואס ער שרייבט אויפן שאר-בלעטל ”בדרך ארוכה וקצרה” איז דאס ניט אן ענין של מליצה, נאר דאס גיט איבער דעם תוכן פון דעם ספר,

5וואס בכללות איז דאס בקיצור דער גאנצער ענין פון שיטת חסידות חב", וואס אזוי איז דאך אין די תלמידי הבעל שם טוב והרב המגיד געווען כמה שיטות,

6און בכללות האבן זיך געטיילט אין צוויי סוגים, צי ס'זאל זיין דער ”וצדיק באמונתו יחי'” 'אל תקרי יחי' אלא יחי'' אז דער עוסק ולימוד בפנימיות התורה איז דאס האט געטאן דער צדיק הדור,

7און באמונתו דורך דערויף וואס מ'איז מיט אים געווען פארבונדן אין אמונת צדיקים, איז 'אל תקרי יחי' אלא יחי'' האט ער מחי' געווען די המקושרים אליו דורך לימוד תורתו, און האט זיי דערפון גע'פטר'ט, און זיי האבן געדארפט טאן די ענינים מערניט וואס זיינען פארבונדן מיט מעשה שבדבר,

8על ידי תלמודו של הצדיק האט דאס געבראכט למעשה בא זיי אויך, וואס דאס איז בכללות די שיטה פון חסידת פועל.

9וואס באמת האט דאך דאס אויך, ווי אלע ענינים פון 'פנימיות התורה', אן אפשפינגלונג אין נגלה דתורה.

10ס'איז דאך דא דער כלל וואס ס'שטייט אין כתבי האריז"ל, און דער אלטער רבי, בעל השמחה, ברענגט דאס אראפ אין שולחן ערוך, הלכות תלמוד תורה, וביותר ביאור אין אגרת הקודש,

11אז יעדער נשמה איז מחוייב ”לקיים כל התרי"ג מצוות”, וואס צוליב דערויף קומט זי, אז ס'איז דאך דא די מצוות פון כהן און לוי וישראל, און צוליב דערויף דארף זי קומען בגילגול כדי צו מקיים-זיין אויך אט די מצוות.

12מיט איין אויסנאם, און דאס איז 'מצות המלך', אז אזוי ווי דער מלך איז דאך א נשמה כללית של כל העם, איז אט דאס וואס ער טוט איז דאס ”כאילו וכל אחד ואחד” מעמדו אין דאס, איז 'מצוות המלך' דארף ער ניט קומען אמאל בגלגול און זיין אויך א מלך, נאר דאס וואס דער מלך האט דאס געטאן האט ער אים מוציא געווען.

13וואס במילא איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק, אז ס'קען זיין א שיטה אין לימוד 'פנימיות התורה', אז די נשמה כללית זאל מיט איר לערנען אויך מוציא-זיין די נשמות פרטיות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער נשמה כללית באמונתם על ידי אמונת צדיקים.

14חבוד האט אבער דעם סדר ניט אויפגענומען, און דאס האט מען געשטעלט אלס אן עיקר.

15וכידוע דער סיפור פון ר' שלמה קארלינא, אז ער האט געוואלט האבן רשות פון צו פארן בא זוכן די ערטער וואס זיי האבן געהאט א שייכות צו דעם אלטן רבי'ן,

16איז בכלל האט דער אלטער רבי מסכים געווען, און וואס דען?

17איינע פון די תנאים וואס ער האט געשטעלט, אז זיי זאלן דארפן ממשיך זיין בלימודם בפנימיות התורה, און ניצר ס'זאל זיין ביי אים און נשיא יחי' דורך אמונת צדיקים זאל זיי דער צדיק מוציא זיין בלימוד 'פנימיות התורה'.

18און אזוי ווי ביים אלטן רבי'ן איז דאס געווען אן עיקר, אזוי איז דאס ביי ר' שלמה קרלין איז געווען אן עיקר אויף דעם סדר פון ואמונתו יחי,"' וואס דערפון זעט מען דאך, אז דאס איז ניט א צופעליקער ”תנאי וענין אין” די חילוקי שיטות, נאר דאס איז אן עיקר אין דער שיטה און אן עיקר אין דער שיטה.

19דער פילוק פון די צוויי שיטות איז, אז די שיטה די ערשטע שיטה איז א ”דרך קצרה וארוכה” די צווייטע שיטה איז די ”דרך ארוכה וקצרה”.

20וכידוע דער סיפור וואס די גמרא ברענגט אויף די ביידע לשונות, אז ס'איז ר' יהושע בן חנניא האט געפרעגט אוועג לעיר האט מען אים געזאגט, אז דאס איז ארוכה וקצרה און דאס איז קצרה וארוכה.

21האט זיך ארויסגעוויזן, אז דער ”דרך קצרה וארוכה” איז געווען, אז אין שטח מקום איז דאס געווען אן אנטער ארט אויף אריינקומען לעיר, אבער צווישן דעם ארט און מיטן עיר צווישן דעם ארט ווי ער איז געשטאנען מיטן עיר,

22ווען ער איז געגאנגען אין דער ריכטונג, אין דעם דרך, איז דאס געווען מלא מיט כמה ענינים וואס זיי האבן מיניהם געווען און מיעכב געווען אז ער זאל קענען צוקומען אל העיר.

23דער 'דרך ארוכה קצרה' איז טאקע אין שטח מקום האט דאס גענומען מערער מקום און מערער צייט, ער איז אבער דארט געגאנגען על דרך זה איז אויך אין דעם חילוק פון די צוויי שיטות, ס'איז דא א שיטה וואס דאס איז ”דרך קצרה וארוכה”, לכאורה ער איז באפרייט פון לימוד 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך א לימוד וואס דארף פארכאפן פנימיות נפשו,

24במילא פאדערט זיך דאס א יגיעה והשתדלות, ווי כמבואר אין קונטרס פון לימוד החסידות, אז דאס איז ניט ווי לימוד נגלה התורה, וואס אויף דערויף איז דא כמה דוגמאות פון חיים הגשמיים, פון חיי הגוף, און כמה משלים והסברים,

25משא' כן אויף לימוד 'פנימיות התורה', איז דער ענין אליין רעדט זיך וועגן זאכן וואס ער האט אין דערויף קיין השגה ניט, אפילו די משלים והסברים וואס ער נעמט איז דאס אויך פון מהלך הנפש און פון פנימיות נפשו, וואס דאס איז דאך אויך ענינים וואס אין דערויף איז די השגה והבנה אויף אך שווערער צוצוקומען ווי די השגה והבנה אין ענינים גשמיים כפשוטם.

26איז דאך דאס לכאורה א 'דרך קצרה', וויבאלד אז ער איז דערפון באפרייט, און מערניט ווי די נשמה כללית, וואס זי האט כוחות נעלים, און אז ס'איז יעתא דשמיא בתוספת כח, ו”ביתר שאת וביתר עוז”, און זי טוט דאס און זי איז אים מחי' על ידי אמונתו.

27דאס איז אבער דער טאקע קצרה, אבער דערנאך איז דאס אן ארוכה דער תכלית הכוונה איז דאך, אז ניט מ'זאל 'אני את נפשי הצלתי' נאר מ'זאל מיטנעמען די ניצוצות ובירורים בעולם, און די ניצוצות ובירורים פון זיין גוף 'ונפש הבהמית', ניט נאר זיין נפש אלקית זאל נתעלה ווערן,

28אט דאס וואס ער איז מקושר באמונת צדיקה מיטן צדיק איז דאך דאס מקושר זיין 'נפש האלקית', בשעת ער ארבעט ניט דורך דעם 'נפש האלקית' מיט אלע אירע כחות הגלויים,

29ניט נאר מיט כח האמונה, און דאס זאל דערנאך דורכנעמען זיין 'נפש הבהמית', אויך מיט אלע אירע כחות מיטן כח השכל אויך, ניט נאר מיט כח המעשה איז אט דעמאלט קען זיין אז אין שטח-מקום איז דאס א נאענטער וועג,

30אבער ער קען ניט אריינקריכן יניעה, דערפאר וואס דער חלק נפשו איז ניט מבורר, און יענער חלק נפשו איז ניט מזוכח, און דער חלק נפשו שלאפט, און ער ווייס גאר מיט אים וואס ס'טוט זיך מיט אים, הערט זיך מיט אים קיינמאל ניט פארנומען.- איז דאס א 'דרך קצרה', אבער בשעת מ'קומט לפועל, און מ'דארף קומע

31איז דאך דעמאלט איז דאס ארוכה, ווארום ער דארף דאך אומקערן בגלגול כמה פעמים, כדי צו מוודר זיין נאך א כח בנפשו, כדי צו מעלה-זיין נאך א ניצוץ מחלקו בעולם, כדי צו מזכך-זיין נאך א חלק פון זיין 'נפש הבהמות'.

32וואס שיטת חב דא איז טאקע א דרך ארוכה, אז מ'דארף אליין הארעווען און לערנען 'פנימיות התורה', ניט נאר נגלה דתורה.

33און אין וואס פאר אן אופן דארף זיין דער לימוד, אז ניט נאר דער נפש אלקית זאל פארשטיין, נאר ער זאל דאס געבן צו פארשטיין אין משלים והסבורים, וואס שכל אנושה זאל דאס אויך פארשטיין.

34און דאס זאל זיין א ”לימוד המביא לידי מעשה” ניט ס'זאל זיין אן א בכן די שכל'דיקע מאמרים אליין, און אז ס'קומט לפועל, איז חסיד וטשאק דעמאלט איז ניטא מיט וועמען צו רעדן, ווארום בשעת ער האט געדאונט האט ער זיך גע'דביק'עט, און בשעת מ'וויל אים שיקן אין א שליחות ליגט ער אין תחבולות והרמומות, און טענה"ט אז ניטא מיט וועמען צו רעדן, ער איז אויף זיך קיין באלעבאס ניט,

35ער האט דעם באלעבאס, דעם יצר 'ונפש הבהמית' וגופו וחלקו בעולם, און וואס ניט דאס איז דאך די כוונה איז, אז פון אונז פון השכלה, זאל אראפקומען אין עבודה און מיט א בכן בפועל.

36און ווי דער רבי זאגט דאך בכמה מקומות בשיחות, אז 'אין חכם כבעל הנסיון' ווען ווייס מען אז די השכלה איז א השכלה, אז ווען ס'קומט לידי נסיון צו א בכן פירט ער דורך דעם שליחות פון דעם אויבערשטן,

37וואס זי איז דורכגעגעבן געווארן על ידי עבדיו הנביאים, וואס דאס איז דאך די נשיאים ”שבכל דור ודור”, ביז דעם נשיא שבדורנו דעם שווער, איז אט דעמאלט זעט מען אז ער טוט אפ אין פועל ממש די שליחות איז ער זיכער אז ער האט כח המעשה,

38און ווי גערעדט אנטקעגן דער מעלה פון צדקה, אז מ'הויבט אן הויבן פון אונטן, איז אט דעמאלט הויבט מען אויף דעם גאנצן בנין, ביז חבד שבנפש, און על אחת כמה וכמה דעם כח האמונה.

39און אט דאס איז וואס אויפן שאר-בלעטל פון האנטיקן שיעור איז אויפן שאר-בלעטל וואס דארטן דארף מען דאך איבערגעבן דער תוכן הענין, איז איבערגעגעבן געווארן אז ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך” ובל אז מ'זאל ניט מיינען, אז וויבאלד אז מ'פאדערט אז מ'זאל דאס פארשטיין בשכל פון גוף 'ונפש הבהמית' איז דאס אוממעגליש,

40מערניט ווי פאר יחידי סגולה זאגט מען, אז דער תורה זאגט, ”מיוסד על הכתוב כי קרוב אליך הדבר מאוד” ”והתורה היא נצחית”, ווי ער זאגט אין תניא איז דאס געזאגט געווארן אויף אלע דורות און אויף אלע ערטער און צו יעדער אידן בפרט, און דערנאך איז מען מבאר, אז ניט מ'זאל

41אז ער וועט אויפעפענען דעם תניא, און שוין אין פינף מינוט ארום איז ער שוין א פארטיקער צדיק גמור און חסיד גמור, און ער איז שוין איין זאך מיטן רבי'ן, און שוין א פני ברטא, און ס'קען זיך שוין לייגן שלאפן, זאגט מען אים, זאלסט וויסן זיין אז דאס איז דרך ארוכה, אבער ביאמת איז דאס ניט דערפאר וואס מ'וויל אים פארמאטערן, נאר דערפאר וואס אט דאס איז די 'דרך קצרה'

42שליחותו אין אן אופן פון קצרה דערפאר וואס אין דעם וועג האט ער דער ביעזר ה' יתברך אז הקבוש ברוך הוא עוזרו אז ניט נאר אז במעשה ובחגת נאר אויך בחבד שבנפש זאל ער זיין אן ”אדם השלום” אין די אלע ענינים דורך נגלה דתורה און דורך ניצטער דתורה אז ער ווערט איין זאך מיטן אויבערשטן, על ידי דרך הארוכה וקצרה,

43און דעמאלט ווערט דאס דער לעשותו, דער היום לעשותם און פון דארטן דער לקבל זכרם, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

44לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים