Paragraph
Paragraph rh-dcxc98gx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-cee8sx0d
- order
- lg
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- די אלע ניט-ליכטיקע זאכן, וואס אט דעמאלט גרייט מען זיך, דורך דערויף וואס מ'מאכט די אייגענע הויז, אז זי איז פולשטענדיק ליכטו, און ווי דאס ווערט אויסגעדרוקט אין א בולט'ן אופן, דורך נרות שבת, און דורך נרות יום-טוב, ובמיוחד דורך נרות יום-טוב, וואס דעמאלט מאכט מען דאך אויך די ברכה פון שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה, איז שוין אין דער צוגרייטונג דערפון, ווערט גלייך דער ושבתה הארץ שבת להוי אז ס'ווערט בטל ביי אים אלע ענינים וואס שטערן ס'זאל זיין מנוחה, און ס'ווערט בא זיי און בא יעדער אידן, און הקהל את העם האנשים והנשים והטף די מנוחה אלע טעג פון דעם גאנצן יאר, בפרט נאך אז דאס איז א יאר פון הקהל און א יאר פון תסמח, און תסמך, וואס דאס גרייט נאכמערער צו אידן, אז זיי זאלן נאכמערער צוגרייטן זיך אין פארשפרייטן אידישקייט, וואס יעדער זאך אז מ'גיט-צו אין אידישקייט אין צוגאב צום עיקר, וואס דאס איז דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, און ס'איז דאך דער לעסטער גליק וואס ס'קען זיין איז, אז מ'איז אויך צו מקיים-זיין א מצוה וואס דער אויבערשטער, ווי ער זאגט אין תניא, קערט זיך אפ און רוקט זיך אפ כביכול פון אלע זיינע ענינים, און גיט זיך אפ מיט אט דעם אידן, אדער מיט אט דער אידישע פרוי, אדער מיט דעם אידישן קינד, און גיט אים זיין תורה, און גיט יעדערער פון זיי די זיינע פעזענליכע אנווייזונגן ווי אזוי ער זאל זיך פירן יעדער טאג, על אחת כמה וכמה בשבת ויום-טוב, און דער אויבערשטער זאגט, ווי מ'האט געלייענט שבת, אז אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם, זאגט ער אויף דערויף אין תורה שבעל פה, אין דעם פירוש פון דער פרשה, אז אם איז דער אפטייטש, אז דער אויבערשטער איז זיך מתחנון כביכול, ער בעט זיך בא יעדער אידישע פרוי אז זי זאל אזוי איינטשעלן אירע הויז,
- proofread
- 0