transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דער רבי דער שווער האט דא אמאל דערציילט ביי א פארברענגען פון יו טס כסלו, ווי כ' מיין איז דא אין ניו-יארק, דאס איז נאך געווען אין פוילן,
¶2אין יו טס כסלו צדיק טס מיט צוואנציק יאר צוריק, האט ער דעמאלט געזאגט, אז דער אלטער רבי, דער בעל השמחה, האט געזאגט, אז דער וואס וועט זיך משתתף זיין בשמחתו וועט מען ארויסנעמען 'מן המיצר אל המרחב',
¶3און א צווייטע נוסחא איז געווען מן הגשם אל הרוח, און א דריטע נוסחא מן הגהנים.
¶4און האט דעמאלט מסיים געווען, אז דער רבי נשמתו עדן, דעם שווערס פאטער, האט מבאר געווען, אז די אלע דריי נוסחות זיינען מתאים, און האט מפרש געווען, אז 'מן המוצר אל המרחב' מיינט מען דאס פון 'עולם הבריאה' אין 'עולם האצילות',
¶5וואס בריאה איז דאך שוין אין 'סדר השתלשלות', במילא איז דאך דאס שוין אן ענין פון מיצר, און מ'נעמט דאס ארויס אין ”עולם האחדות”, וואס דאס איז דער 'עולם האצילות', וואס דארט איז דאך ”לא יגורך רע” במילא איז דאך ניטא דער ענין פון 'מיצרים וגבולים' וואס זיי נעמען זיך מצד דעם לעומת-זה,
¶6און אזוי איז נאך נידעריקער מן הגשם אל הרוח וואס דאס איז פון 'עולם היצירה' אין 'עולם הבריאה' און העכער, ווארום יצירה איז דאך שוין דא דער ענין אין בריאה איז מערניט ווי פון אפשריות המציאות, און דארט איז שוין דא דער ענין פון גשם דער ענין פון מציאות, און מ'נעמט אים ארויס דורך דערויף אין א העכערן עולם,
¶7וואס דאס איז 'עולם הבריאה', און אזוי אויך די דריטע נוסחה, נאך אין א נידעריקערן אופן, מ'האט געזאגט אז גהנים איז דאס די ווערטער אני היום וואס דאס איז די זאך פון 'עולם הזה', וואס מ'טומלט זיך מיטן טומל פון היינטיקן טאג, ניט וויסנדיק וואס וועט זיין דער תכלית און וואס דערפון וועט זיך אויסלאזן,
¶8און דורך דערויף וואס מ'וועט זיך משתתף זיין בשמחתו וועט ער אים ארויסנעמען פון דעם ענין פון אני היום וואס מ'זעט מערניט ווי פון דעם היינטיקן טאג, און על יסוד זה איז דער גאנצער טומל און הומל, און מ'וועט דאס ארויסנעמען אין א מקום אין אן עולם אין א מעמד ומצב עליון יותר.
¶9וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, וויבאלד אז די אלע דריינות חיות זיינען מתאימים אז ס'קען אויך זיין, אז אפילו אט דער וואס געפינט זיך אין די דרגא היצא תחתונה, וואס צו אים דארף מען ניצן דער דריטער נוסחא פון ארויסנעמען פון גהנים איז לאחר זה,
¶10אז מ'נעמט אים ארויס פון הנהגת 'עולם העשי' אין 'עולם היצירה', איז דערנאך דא איז ביי אים דער ענין פון להוצא מן הגשם אל הרוח פון 'עולם היצירה' אין בריאה,
¶11און דערנאך איז אויך דער נאך העכערער ענין פון ארויסנעמען אים 'מן המיצר אל המרחב' פון בריאה אין 'עולם האצילות', וואס אצילות איז דאך אצלו ”מלשון אצלו וסמך”,
¶12כמבואר בארוכה בכמה מקומות, איז אט דארטן ווערטן ”איהו וגרמי אחד” אז מ'ווערט פאראיינציקט דורך דעם פנימיות הנשמה מיט פנימיות אין סוף, וואס דאס איז דער אחדות ”ויחוד היותר נעלה”.
¶13אזוי ווי דאס איז מובן 'מלמטה למעלה', אזוי איז אויך מובן 'מלמעלה למטה', אז אנהויבנדיק פון דעם העכערן נוסח פון דעם מרחב, איז מען ממשיך פון דעם מרחב ומיצר, און פון דעם מיצר ורוח אין גשר,
¶14און פון דעם גשם ביז למטה אין גהנים, אז אפילו אין עניני 'עולם הזה', וואס דארט איז דער טומל פון אני היום און מ'ווייס ניט וואס ס'וועט זיין מארגן, און אף על פי כן טומלט ער זיך און הומלט ער זיך, איז אט דארט איז ער בכח בשעת אט דער הנהגה אז דארטן זאל זיין מיט אים דער 'מרחב העצמי', אזוי ווי ס'שטייט אין 'עולם האצילות'.
¶15וכמבואר בלקוטי תורה ובכמה מקומות, אז ניט דער ענין פון 'עולם האצילות' איז, אז דאס געפינט זיך ערגעץ אין אן ארט וואס דאס איז ברקיע השביעי, און נאך העכער, נאר ווי ס'ווערט געבראכט די דוגמא, אז בשעת משה רבינו, וואס ער איז דאך געווען א נשמה בגוף פון 'עולם האצילות', איז ער געשטאנען אין 'עולם הזה' הגשמי לעבן פרעה מלך מצרים,
¶16און דארט איז ער געווען א עולם הצילת אט דא למטה.
¶17וואס על דרך זה איז דא די הבטחה, אז ס'קען אז זיין מ'זאל ארויסשטייענדיק, אז בשעת ארומען ארום איז די הנהגה פון אני היום זאל דארטן זיין ביי אים דער 'מרחב העצמי' בכל עניניו, ניט נאר אין עניני הנשמה, נאר אויך אין עניני הגוף.
¶18וואס דאס איז דאך אויך די הוראה פון דעם בעל שם טוב פון נזוב תעזוב אמו אז די עבודה דארף זיין מיטן גוף און מיט ענינו הגוף, אז ניט נאר זיי זאלן ניט זיין קיין מעלימים ומסתירים און מונים פון עבודת ה נאר ס'זאל זיין אמו מיט זיי זאל מען דינען דעם אויבערשטן און מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים.
¶19וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אזוי ווי עולם העצילות איז דאך ליגורחריי איז דארט ווערט מען דאך בטל כל ענינים המעלימים ומסתירים, און דארט איז דאך דאס העכער פון מקום וזמן, וואס דאס הויבט זיך דאך אן למטה פון עולם העצילות, דער שרשו פון מלכות דעצילות און בפועל קומט דאס אראפ למטה מהצילות אין עולמות ביהא,
¶20אט אזוי איז דאך דערפון מובן, אז דער שינוי איז ניט תלוי אין זמן, דאס קען זיין בשעתא חדא וברגעא חדא, אז היפך ”מן הקצה אל הקצה”, אז פון די רומק תחש זאל ווערן מיטאמאל דער 'מרחב העצמי', ווארום אט דארט איז דאס העכער פון כל העקלימים און כל התנאים התלויים במעמד ומצב פון דעם מקום אויפן כדור הארץ.
¶21וואס אט דאס איז אויך בהמשך צו מ'האט גערעדט פריער, איז אף על פי וואס אין 'דרכי הטבע' דארף דאס האבן ענינים אין צנרות הטבע און אין ”המשכים אין משך” זמן, מצד דערויף וואס מ'איז מוסיף פון גנום און העכער, און פון גשם אין רוח, און פון מיצר אין מרחב, וקען דאס זיין כהרף עים, בשעתא חדא וברגעא חדא,
¶22אז מ'זאל ארויסגיין בחסד וברחמים ”מן המוצר” פון ”עומק תחת”, אין דעם מרחב פון ”עומק רום”, און נאך העכער, ביז אין דעם 'מרחב העצמי'.
¶23און אויף דערויף איז ווי דער צמח צדק האט דעמאלט מבאר געווען, אז וואס איז דער ענין פון להשתתב בשמחתו אויף האלטן זיך אין דער קליאמקער?
¶24דאס הייסט, אויף האבן אן ענין א קביעות בנפש אין לימוד תורת החסידות, און גיין בהדרכותיה והנהגותיה, איז אט דאס וואס אין דערויף קען דאך אויך זיין דער איבערשטעלן זיך בשעתא חדא וברגעא חדא איז אט דעמאלט איז ”היד ה' תקצר” בתמי אויף אריבערשטעלן אויך כפשוטו, אין גשמיות,
¶25אז ס'זאל ווערן פון דעם מיצר ודוחק, פון דעם ”עומק תחת”, זאל דאס נתהפך ווערן מיטאמאל אין דעם 'מרחב העצמי' בגלוי 'לעיני בשר'.
¶26און אין דערויף איז אויך דער סיוע, על דרך ווי מ'זאגט דאך אין ”פדה בשלום” נפשי זאגט ער דאך דערנאך דעם טעם, פארוואס האט מען דאס אויסגעפירט, ”כי ברבים היו עמדי” אט אזוי איז אויך אט דאס וואס מ'איז זיך מיט זיי משתתף, אז זיי ווערן דעמאלט נכלל אין דעם רבים פון 'כלל ישראל',
¶27איז אט דעמאלט משקים כולם יחד, אין דעם ”עולם האחדות”, און דערנאך איז מען דאס ממשיך פון למטה אין יעדער אטלים לפי מעמדו אין כדור הארץ, אז בכל מקום ומקום זאל נמשך ווערן די פדי און די פדי בשלום,
¶28און די פדיעה ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז דאס איז על-דרך ווי די כאילו ווי מעמד ווי רז"ל זאגן אין ברכות, אז ”כאילו פדני לי ולבנים מבין האומות” וואס דאס איז דאך די גאולה על ידי משיח צדקנו, זאל דאס אויך נמשך ווערן אין דעם אופן המתאים ”למטה מעשרה טפחים” איצטער.
¶29לחיים לחיים.