transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1דאס אודיעא האט ביין רעסטאורעד ביי דזשעם אזוי ווי ס'איז דאך ראש-חודש, איז לכל לראש איז דאך ”פותחין בברכה” אז ס'זאל זיין א גוטער חודש, ובפרט נאך אז דאס קומט בסמיכות אן קיין הפסק במטיין צו דעם שבת מברכים,
¶2וואס א ברכה וואס אידן בענטשן איז דאך בכלל א דבר הכי גדול, עאכו"כ א ברכה וואס אידן בענטשן בציבור, עאכו"כ אז דאס קומט נאך אויך אין א יום זכאי, ווי יום השבת קודש, וואס ער איז דאך מקור כל הברכות,
¶3”מיני' מתברכין כולהו יומין” עאכו"כ, כאמור, אז גלייך פון דעם שבת מברכין גייט מען אריין אין דעם דבר אויף וועלכן מ'האט געזאגט די ברכה, איז דאך ניטא קיין ענינים בינתיים וואס רעדן וועגן אנדערע ענינים, מערניט ווי דער ענין וואס קומט נאך צו אויך דער ענין פון מוצאי שבת,
¶4וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו דעם ענין פון ”ראש חודש, ווארום מוצאי שבת” איז דאך פארבונדן מיט מלוה את המלכה וואס דאס איז ספירת המלכות, ובמיוחד דער ענין פון צוצצא דוד מלכא משיחא,
¶5וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון מלכות בישראל ווי ס'איז געווען מלכתחילה בא דוד'ן בן ישי, און דערנאך וועט דאס זיין בקרוב ”ממש בא דוד” מלכא משיחא,
¶6און אויך כאמור אז גלייך פון שבת, וואס דעמאלט איז דאך ווי מ'זאגט בהתחלת שבת אין כגונא, איז די אלע ענינים וואס זיי ווילן אמאל עפעס טאן אויף ממעט זיין אדער מחליט זיין וכיו' בזה ווערן זיי אינגאנצן בטל,
¶7און ווערן בטל מצד וואס ”שבת מקדשא וקיימא”, מצד למעלה, דערנאך קומט נאך צו די עבודה מלמטה, און דערנאך קומט צו די יתרותא דלילה, וואס קומט על ידי העבודה מלמטה, נאך העכער ווי די אתערותא וואס קומט בערך, די 'אתערותא דלעילא' וואס איז שלא בערך, כמבואר בארוכה אין די דרושים אויך אין שיר השירים אין לקוטי תורה,
¶8כמדובר כמה פעמים.
¶9בהנוגע עניננו, כאמור, איז דאך אויך וואס מ'האט די אלע ענינים צוזאמען, וואס יעדער ענין פון זיי איז א ענין פון ברכה, עאכו"כ אז זיי קלייבן זיך אלע צוזאמען, און דערצו נאך רעדט זיך וועגן אט דעם ענין אין א בית, וואס דאס איז א בית המקור אויף כל הברכות,
¶10סיי א ברכות וואס זיינען פארבונדן מיט תפילה בית הכנסת, סיי א ברכות וואס זיינען פארבונדן מיט תורה וואס זי איז א כושל ברכה, וואס דאס איז דאך אויך א בית המדרש,
¶11צוזאמען אויך דער דריטער קו פון קו הצדקה, ווארום דאס איז דאך אן ארט וואו מ'טיילט צדקה און מ'איז פאר כח ”על צרכי ציבור”, כולל לכל לראש בנוגע לצדקה וכו האט מען דאך אויך אין ”חוט המשולש”, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין ענין הברכה,
¶12כמבואר וגם פשוט אז דער ענין הברכה אין משפרים איז דאך פארבונדן, אז גלייך ווי נאך צוויי מספר שנים, וואס קען דאך דערפון ארויסקומען א דבר וואס מ'רעדט זיך ניט צוזאמען איז גלייך קומט צוגיין דער כתוב השלישי ומכריע ביניהם, און ס'ווערן אלע דריי ענינים צוזאמען,
¶13אז מ'נעמט די ענינים שבטוב פון קו החסד, די ענינים שבטוב פון קו הגבורה, און אין ימים שבטוב פון קו הטיפרת, ווי זיי שפיגלן זיך אויך אפ אין למטה אין עבודה פון אידן, 'תורה עבודה' און גמילות חסדים, כמדובר לעיל, ובפרט נאך פארבונדן מיט תפילת מנחה,
¶14וואס דאס איז אפילו ”אליהו לא ינינו אלא די תפילת המנחה”, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה אויך צו דעם זמן העמור, פארבונדן מיט צו דער דוד מלכא משיחא, וואס דער אנזאג אויף דוד מלכא משיחא איז דאך דאס דער ענין פון אליהו הנביא, און וואס ער ווערט דערפאר אנגערופן א ”נביא מצד נבואה בכלל”,
¶15און דער עיקר הנבואה וואס איז פארבונדן מיט 'אחרית הימים' און שלימות כל הימים, וואס דאס איז דאך אויך אן אפטייטש אין 'אחרית הימים', אז דאס איז דער סך הכל און די שלימות פון כל הימים שלפני זה,
¶16איז דאך דער ”לתקן עולם במלכות שד-י” דעם סדר ווי ס'וועט זיין בביאת משיח צדקנו דא למטה, בעולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו.
¶17וואס ס'איז דאך כל הענינים בשביל ישראל, און פון אלע ענינים זאגט דאך דער בעל שם טוב, אז יעדער איד דארף זיך אפלערנען בעבודתו להם בעבודתו לקונו מיט אלע טיטולן וואס מ'זאגט אויפן אויבערשטן,
¶18על אחת כמה וכמה פון אן ענין כלליקה האמור, על אחת כמה וכמה אז אין שבת מברכין גופא, וואס קען דאך זיין אויך אין אן אנדער חודש די אלע ענינים, אז דאס איז א שבת מברכין, ובסמיכות צו ראש-חודש ממש וכו קומט נאך צו אט דער ענין וואס דאס רעדט זיך וועגן חודש כסלו,
¶19וואס תחילתו איז דאך אין א ענין של ראש חודש, וואס דאס איז א ענין של יום טוב, וסיומו איז אויך אין א ענין פון יום טוב פון ימי חנוכה, ואדרבא נאך אין אזא מין אופן אז דאס ווערט דער סיום פון חודש כסלו, און אויך גלייך דער ראש און התחלה פון חודש שלאחרי זה.
¶20ובפרט נאך על פי המבואר אין תורת החסידות די שייכות מיוחדה וואס ס'איז דא צווישן שמונה און שמיני און פנימיות ”התורה, כמבואר בארוכה בכמה מקומות”, וואס בכללות פונקט אזוי ווי שמונה איז דער שומר את ההיכר פון אלע שבעה ענינים, אזוי איז אויך 'פנימיות התורה',
¶21איז דאס שומר דעם הכר פון די שבעה ספרי תורה, וואס תורה טיילט זיך דאך פאנאנדער אויף כמה חלוקות, נוסף אין ספרים, נוסף אויף דער חלוקה פון ”חמשה חומשי תורה” זאגט דאך אויך די גמרא אין שבת ובארוכה, אז ס'איז דא אין ספר במדבר דער חלק ביז ויהי בין סועה הארון און דער חלק לאחרי בין סועה הארון,
¶22ווערט פון דעם ספר דריי ספרים, וואס אט דעמאלט ווערט ”חצבה עמודי' שבעה”, ציילן זיך אויך ספרי תורה אין שבעה חלקים, וואס אין זיי גופא איז דא דער 'גופא דאורייתא' און ”נשמתא דאורייתא”, וואס קומט אזוי ווי נשמה איז שומר את הגוף בפשטות אזוי איז אויך 'פנימיות התורה', שומר דער ענין פון נגלה דתורה,
¶23ביז ווי מ'זעט דאס אפילו ביי א פיצל קינד, איז דאס וואס ס'היט אים אפ בנוגע צו 'לימוד התורה' בערכו און 'קיום המצוות' בערכו, איז דאס דער ענין פון דעת ”אלקי אביך ועבדהו” ווי אין יעדער טאג, וואס ס'הויבט אן יעדער טאג מ'וועט זאגן ”מוד אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי”,
¶24וואס אף על פי וואס דאס זאגט מען דאך אפילו פאר נעגל-וואסער, דערפאר וואס דא רעדט זיך ענינים פשוטים, איז מ'דערמאנט ניט קיין שמות וכו איז לאחרי ווי מ'גיט א קוק אין תורת החסידות, אפילו אין אן אופן שטחי 'לפי ערך',
¶25זעט מען גלייך כמה ענינים פון רזין דאורייתא און רזין דרזין דאורייתא וואס זיי שטייען אין די עטלעכע ווערטער פון ”מודה אני לפניך” וואס במילא ווי מ'זאגט בנוגע צו מגילת פורים,
¶26וואס זי קומט דאך בהמשך, פורים און חנוכה גייען דאך צוזאמען, אז אויך אז דארט איז אויך ניטא קיין שם פון די ”שבעה שמות הקדושים”, וואס לכאורה איז דער טעם בזה, ווי מפרשים זאגן מצד א ענין בלתי רצו,
¶27דערפאר וואס מ'האט דאס מעתיק געווען פון ”דברי ימי הימים למלכי מדא מדע ופרס"”, אדער פרס ומדע די ביידע סדרים בדבר, דאס איז אבער פארבונדן מיט תכלית העילוי, ווי ער איז זיך נאך מתלבש אין דעם 'מטה מטה' ביותר, מצד דערויף וואס דאס איז העכער פון אלע שמות,
¶28וואס דערפאר קען דארט ניט דער ענין בלתי-רציא וואס קען זיין בידים קען דארט ניט אנרירן, דארף מען ניט אנקומען אין דעם ענין צו דעם ענין פון נטילת ידים און דאס קומט אפ אראפ אויך למטה,
¶29ביז אין אן אופן אז בגלוי איז ניטא דער ענין פון אמירה בדיבור, פון שמות הקדושים, אבער בפנימיות איז דאס דערפאר, און וואס דאס איז אויך די אמיתית הענין, איז דאס דערפאר וואס מ'שטייט דעמאלט בגלוי ווי ס'איז העכער פון אלע עניני שמות.
¶30וואס דערפאר מאנט דאס אויך ארויס ביי א אידן, אז בעבודתו שלו, אף על פי וואס התחלת העבודה איז דאך ווי די משנה זאגט פון ”בן חמש למקרא”, און דערנאך גייט מען ממטה למעלה, און נאך פאר דערויף איז דא ”משהתינוק מתחיל לדבר” עבוד מלמדי אותיות און תורה,
¶31דער פסוק ”תורה סיבה לנו משה מורשה קהלת יעקב וכו” וואס אין דעם פסוק איז אויך ניטא דער ענין פון שמות הקדושים, דערנאך גייט מען ביז למעלה, ביז אין אן ארט וואס איז העכער פון דעם גאנצן גדר פון מעלה און מטה און דער גדר פון מקום וזמן, און מ'מאכט פון די ביידע ענינים איין און איינציקע נקודה,
¶32די נקודה פון פשטות, פון עצם הפשיטות, וואס דאס איז עצמות און הות, ווי אין דער מאמר פון נשיא דורנו המפורסם, ס'איז פארבונדן מיט אתם יצבים היום כולכם, אז די פשטות פון עצמות ומהות פארבינדט זיך מיטן פשטות פון דעם אדם הפשוט, און אפילו אן אדם הכי נעלה האט אין זיך אין זיך אויך דער ענין ווי ער איז בתכלית הפשטות,
¶33פארבינדט זי זיך ביי אים אויך דוקא מיט אט דער נקודה, און פון די ביידע נקודות ווערט דערנאך אן איין און איינציקע נקודה פון ”אין עוד מלבדו”, און נאך מערער אז אין עוד, אדער ווי דאס הייסט, דער פארקערטער, אין עוד און נאך מערער פון ”אין עוד מלבדו”.
¶34וואס יש להאריך בכל עניני מילא, ס'דארף דאך אבער בלייבן צייט אויף דאווענען מעריב אויך, און פאנאנדערטווען דעם קאנטרסים אויך, און ניט נאר אויך דאס איז דאך דער ענין שבזה ו
¶35צוליב וועלכע מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן בעיקרי, כדי מ'זאל מיטנעמען פון מאמרי רבותינו נשיאינו, ארויסגענומען פון דארט ענינים און צוזאמענגעשטעלט צוזאמען, דערנאך איז קען יעדערער אין דערויף נאך מוסיף זיין כהנה וכהנה,
¶36וויבאלד אז תן לחכם איז דאס דעמאלט ויחכם עול און טאן דאס לכל לראש, כמדובר אין דעם שבת'דיקן התוועדות, אז דאס איז דוקא צו אט די שלוחים, סיי נוגע אנשים סיי בנוגע נשים,
¶37וואס זיי זיינען ממלא די שליחות פון נשיא דורנו, וואס ער איז דער עיקר בעל וואס ניט נאר מקראת על שמו תורה זו נאר דאס איז זיין תורה נתעצם געווארן עמו, און דערנאך וועלן זיי אויך פאנאנדערטיילן בכל שאר המספים כאן, אנשים ונשים וטף,
¶38אידער מטבע אויף צדקה, כרגיל כמה בהתוועדת כגנזה, וכרגיל כמה פעמים, ביז וואנענט אז ס'איז שוין געווארן מער פון שלשה פעמים, וואס דערפאר בעט מען אויך, אז לכל לראש זאל מען צוגיין מערניט ווי די שלוחים, און דערנאך די שלוחות, און מ'וועט יעדערן געבן א קונטרס, על מנת ”לעלמוד וללמוד ולעשות”,
¶39און און דאס וואס זיי האבן שוין געטאן די פעולות אויף שלוחים ושלוחות וועט נאכמערער מוסיף זיין אין די הצלחת הקבלה, און דער עיקר די הצלחה פון דעם אויסנוצן דאס כדרוש, און דערנאך זאלן זיי אויך גלייך נעמען א שליחות גלייך על אתר, אין בית הכנסת ובית המדרש,
¶40אז די שלוחים וועלן נעמען די הכתרות של ממון און פאנאנדערטיילן דאס צו די אלע אנשים וטף פון אנשים וואס געפינען זיך דא, ועל דרך זה די שלוחות נעמען דאס,
¶41און פאנאנדערטיילן דאס צו די אלע נשים און טף פון נשים על ידי השלוחות, כמדובר וכרגיל כמה פעמים.
¶42און ויהי רצון, און דאס איז דאך אויך די שייכות נוספת דוקא צו אט דעם טאג, וואס מ'האט דאך די הוראה פון דעם אלטן רבי'ן איבערגעגעבן על ידי נשיא דורנו אויף לעבן מיט דער פרשה פון דער טאג, און דערנאך האט מען מברר געווען און דער מיטעלער רבי האט דאס מפרסם געווען,
¶43אז דאס מיינט מען מיט די פרשת השבוע, און פרשת השבוע עצמה דעם חלק וואס איז פארבונדן מיט דעם יום מתאים בשבוע, ביום ראשון פון התחלה ביז שני ועל דרך זה אין די ימים שלאחרי זה,
¶44וואס אזוי איז דאך אויך אן ענין און נקודה כללית, און פארבונדן אויך מיט די גאולה האמיתית והשלימה, אין דעם חלק פון יום ראשון פון פרשה ויצא, וואס דאס איז בהוספה אויף דערויף וואס דאס איז ראש חודש כסלו,
¶45איז בסמיכות צו שבת שלפני זה, האט מען דאך דעם ענין כללים וואס איז נוגע אין עבודה ”כל אחד ואחת מישראל” דארף דאך זיין אין אן עוקף פון ופרצת למעלה ממדידה והגבלה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון קריאת שמע,
¶46דערפאר איז דאך די התחלה פון משניות און פון הלכה און פון גמרא מיט ענינים אימת הקורין השמע און ווי זאגט מען אויף דערויף גלייך די נקודה פון שמע איז אז זאל זיין ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מודך” וואס דאס איז דאך דער ענין פון ופרצת און די צדרה דערציילט שוין,
¶47ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר אין די דרושים האמורים פון ראש השנה, וואס נזכרים אין דער התוועדות פון שבת מברכים,
¶48אז בברכת יעקב אז די ברכת יצחק ליעקב און די ברכה צו יעקב'ן איז גאר אייגינטליך ניט א נוסח של ברכה, נאר דאס איז דאס נוסח של ברכה ברכת יצחק ליעקב,
¶49משא"כ די ברכה צו יעקב'ן, ווי ס'איז דערציילט אין דער סדרה און דעם חלק פון ראשון, פון פרשת ויותר איז דאס א סיפור דברים, גאר ניט א נוסח של ברכה,
¶50אז בשעת מ'דערציילט יעקב' ים וואס ס'וועט זיין ”באחרית הימים” וועט דעמאלט זיין דער ענין ופאלאסתיו ימיו וקודמא וצפנו ונגבה, ווארום ברכת יעקב האט ער שוין באקומען די סדרה שלפני זה, דער ברכותיו של יצחר, און דערנאך האט ער געזען אין די פרשה בא יוצא, גלייך בתחילתה, סיפור הדברים ווי דאס וועט אויסזען בפועל.
¶51און יהי רצון, אז דורך די אלע ענינים וואס ס'האט זיך גערעדט פריער, וואס יעדערער וועט טאן אין דערויף אין מעשה, וואס ”המעשה הוא העיקר” זאל מען נאכמערער צוהיילן דעם אחישנה שבאחישנה און צוהיילן אויף אט די אלע סיפורים וואס יעקב דערציילט וועגן זיי,
¶52וואס מ'האט אים דערציילט און ער האט דאס איבערגעגעבן ”עד סוף כל הדורות” אין די פסוקים במיוחד פון התחלה פון פרשה ”ויוצאי יעקב מבית שבו וילך” הרמה, ובמיוחד נאך, אז כאמור מ'וועט מוסיף זיין מיט די אלע פעולות האמורות,
¶53וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין די דרושים אויף התחלתם דברי המתחיל 'ויצא יעקב' מב' שבו וילא חרונה, און אויך ס'רעדט זיך אויך וועגן דערויף אין די דרושים פון וועלכע מ'האט ארויסגענומען פארשידענע ענינים און זיי אריינגעשטעלט אין דעם קונטרס וואס מ'וועט איצטער טיילן, וואס זיי זיינען דאך אויך כולל כל הענינים כולם, וואס דאס איז דאך ”ימה וקודמה וצפונה ונגבה”,
¶54נאר ווי די אלע ענינים שטייען בשלימות אין אן אופן פון ופרצת בדוגמא ווי אין ירושלים וועט שטייען בשלימות בקרוב ממש אין אן אופן פון פרזיס תיתי בירושלים, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון ופרצת ובפרט נאך אז מ'איז גלייך מחליד, אז ס'איז א זיכערע זאך אז משיח קומט תיכף ומיד ממש,
¶55און ס'איז א זיכערע זאך אז יעדערער און יעדערער, ביז קטני קטנים, דורך הכל ”את האנשים והנשים והטף” וואס יעדערער וועט טאן אין דערויף, וועלן זיי נאכמערער צוהיילן אין די אלע ענינים, דורך דערויף וואס יעדערער פון זיי וועט טאן אויך אין ופרצתא בערך הכחו שלו ובערך הזמן ומקום שלו, וואס דאס איז דאך שייך אפילו ביי א קטן שבקטנים,
¶56ואדרבא, ביי אים איז דאס נאך לייכטער צו פועל זיין, ווי פועל דארף זיין ביי א בעל-שכל און ביי עמדו דמוגבל וכו' וכו.'
¶57און יהי רתון, אז פון כל דיבורים אלו זאל 'בפועל ממש' ארויס תיכף ומיד ממש, האמור לעיל, אז יעדערער וועט מאכן די החלטות טובות בנוגע צו 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות',
¶58אנהויבן דערפון וואס באקומענדיק דעם קונטרש צוזאמען מיט דעם שטר לצדקה האט ער שוין די החלטה טובה אויף להוסיף בלימוד ולהוסיף בצדקה וכו', און האט שוין די החלטה אז דערנאך, די שאר הנוספים, אויך באקומען די שטרות לצדקה עבי השלוחים והשלוחות, כמדובר לעיל, און די אלע ענינים בזריזות,
¶59וביחד עם זה אין אן אופן פון ”לא בכיפזין תלכו, כי יהולך לפניכם הוי'” ”ובשובה ונחת” כי ורשון, אין אן אופן מסודר,
¶60ניט שטופן זיך, עאכו"כ ניט שטופן א צווייטן מצד דער כוונה חיצוניות וכיוצא בזה וועט דאס אדרבא צוהעלפן אז ס'זאל זיין נאך שנעלער דער אחישנה שבאחישנה און נאך גרעסער דער חיפזון בעצם,
¶61אבער דער ענין בפשטות וועט זיין דוקא ”בשובה ונחת” תלשון", אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו איז ”קהל גדול ישובו הנה”, וכספם וזהבא מטה מהתורה ומצוותי' אין אן אופן ביז אין תורה חדשה און א חידוש אין 'קיום המצוות', און ישובו הנה, רצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה”,
¶62”בראשית השנה ועד אחרית שנה”, דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, וואס זי איז דאך שחוברה לה יחדיו, און דארטן גופא אין הר ”הקודש, בית המקדש, א דנא כוננו ידיך” און דארטן גופא אין קודש הקדשים,
¶63צוזאמען מיט די ”לוחות הברית” און צוזאמען מיטן ”ארון הקודש”, כמדובר כמה פעמים, און בפרט אין די התוועדות בכיוצא בזה,
¶64ובפרט נאך אז נאך דערויף ווי מ'האט זיך צוגעשטעלט די דוחים נאך פאר שבת און א טייל אחרי שבת פון די פעולות הכי טובות והכי נערות, וואס כמה פון די שלוחים האבן שוין צוגעשטעלט די דוחים, און די איבעריקע וועלן זיכער משלים זיין פון דברים נפלאים הכי גדולים, וואס מ'האט זיך אפגעטאן במשך זמן האחרון ע'כל אחד ואחת,
¶65און אין אן אופן אז ס'ווערט בא זיי אז זיי האבן שוין מסיים, און ארבע מאורות ווילן זיי שוין כפליים לתושי' ביז כמה פעמים ככה, און דער אויבערשטער זעט דאך יראה להלבב אז דאס איז א החלטה אמיתית, ובפרט נאך אז דאס קומט מתוך פנימיות הנפש, און אין בית הכנסת און בית המדרש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער,
¶66און א יום זכאי וואס דאס איז דער טאג ווען מ'לייענט און מ'דערציילט בפשטות, אז יעקב האט די הבטחה גמורה, אז זרעו וועט ווערן ופרסת ימה וקודמה ושפונה ונגבה און נאכמערער ונברוך כל אנשי הארץ,
¶67אז ס'ווערט אויך דער ענין פון שבע מצוות בני נח, און מ'מאכט די גאנצע וועלט מיט די שבעים אומות על ידי שבע מצוות אלו, מאכט מען פון זיי אויך אהפוך, אז אל כל העמים כולם לעבדו כולם שכם אחד וואס דאס וועט זיין ”באחרית הימים”, וואס מ'שטייט שוין אין מיטן פון לאחרית הימים, לויט אלע סימנים, ווי די גמרא זאגט בכמה מקומות און אין ברייתא וכמדובר כמה פעמים.
¶68און ס'פעלט מערניט ווי דער לעצטער ”מכה בפטיש”, וואס דאס איז נאך ווייניקער פון א רגע ווי על פי הלכה איז 'מכה בפטיש'.
¶69ס'האט ניט קיין משך זמן, דאס ווערט אויפגעטאן כהרף עין און נאך ווייניקער פון 'הרף עין' וועט זיין דער ”מכה בפטיש” ע ידי הקב"ה און מלכא משיחא בפועל אויף כל עניני הגלות, און ס'ווערט גלייך נתגלה 'לעיני בשר', ביז וואנענט אז ”ראו כל בשר יחדיו” צוזאמען אויך מיט הוי' המלוכה,
¶70אזוי ס'איז דער ”לתקן עולם במלכות שד-י”, און אידן גייען טאנצנדיקערהייט, כאמור לעיל, אז ”קהל גדול ישובו הנה” ובפשטות, סיי אין זמן און סיי אין מקום, עאכו"כ ברוחניות הענינים, ואדרבא דער עיקר גאר בגשמיות, און דארט האט מען דעם יש הנברא וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ישר האמיתי,
¶71כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז מ'איז מסיים די שיריים וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם יעקב איז ער מסיים די לעצטע שיריים, פון ”ויצא יעקב מבור שבע וילך חרונה” מיט די אלע פרטים שבדבר, און טוט דאס מיט א זריזות, במילא טוט ער דאס אויף נאך ווייניקער ווי אין א הערב עין,
¶72און ס'ווערט גלייך מקויים, תיכף ומיד ממש, ”ושבתי בשלום אל בית אביר והיו הוי' ליל אלקים, והאבן הזאת” פון די אלע ענינים תחתונים שאין תחתון למטה הימנה, וואס זיי זיינען דאך בדוגמא פון אן אבן ווי זיי זיינען אן אבן,
¶73ווערט האבן הזאת מאכט מען פון איר א מצבה און א מקום קדושה לו יתברך, און נאך ווי מבאר אין די דרושים ”על פסוק זה” נאך העכער פון 'שם הוי'' דלעילא ווערט אויפגעטאן דורך די עבודה וואס מ'טוט מיט אט דעם אבן, ביז וואנענט אז מ'זאגט עשה רעתרינה לך דער ציון פון דעם שיעור,
¶74אז די אידן ווערן כביכול גיבן די צוויי כתרים וואס דער אויבערשטער גיט זיי אפ פון די ג' כתרים, וואס אלע ווערן אויפגעטאן דורך יעקב'ן ובניו, כיתר זיי די צוויי כתרים, און די צוויי כתרים ווערן עשור העתרנו לך וואס ”עשרה שלימות המנין” בכלל,
¶75ובפרט נאך אין דעם פסוק איז דאך פארבונדן מיט ענין פון כתר, אז ס'ווערט נתגלה דער כתר פון מלכי דוד משיחא, און דער כתר פון ”מלך מלכי המלכים הקב” וך הוא, וואס דאס איז פארבונדן אז ס'ווערט נתגלה מתוך הרחבה אמיתית,
¶76אז יעדער איד שטייט אין א מעמד ומצב ובדרגא פון א מלך בכל הסביבה שלו, במילא איז ער קורא פאר אנשים ונשים וטף, די ענינים פון תורה וואס זיי טוען אויף א נצחית אין זמן, לעירא כל הימים צוזאמען,
¶77וואס ס'ווערט אויך דער ענין פון נצחית על כל הימים כולם, וואס דאס איז דאך בפרט נאך פארבונדן מיט שנת הקהל, און דאס ווערט געטאן גלייך אין בית המקדש השלישי, וואס דעמאלט דארף מען דאך ניט ווארטן אויפן זמן מסויים,
¶78וויבאלד אז מ'איז ערשט אנגעקומען אין דעם בית המקדש השלישי, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'ווערט א שמחה הכי גדולה, בדוגמא ווי ס'איז געווען הקהל בזמן ”בית ראשון ובית שני”,
¶79עאכו"כ ווי דאס וועט זיין תיכף ומיד ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, וגדולה צדקה שמזרזת ומקרבת, און בפרט נאך נאך תפילת מנחה, צוזאמען מיט די אלע ג' קוין, וכמדובר לעיל, אז בפרט אז מ'האט שוין אויך די דוכים פון די ענינים וואס מ'האט שוין אויפגעטאן,
¶80צוזאמען מיט די הבטחות, החלטות סיבות אויף די ענינים וואס מ'גייט אן, און נאך ”ביתר שאת וביתר עוז” איז גלוי לפניו, אז דאס איז ניט נאך ”כמונח בקופסא”, נאר דאס איז כמונח בגלוי, זעענדיק היראה להלבב וואס ס'טוט זיך אויף בא יעדערן און בא יעדערע, ביז אויך בא קטנים.
¶81ועוד והוא העיקר, אז מ'טאנצט גלייך צוזאמען מיט מלכא משיחא און צוזאמען מיט עצמות ומהות, און מ'גיט א קוק ארום זיך זעט מען אז מ'טאנצט אין קודש הקדשים בבית המקדש השלישי, ”בהר הקודש, בירושלים עיר הקודש”, בארצנו הקדוש, און אין אן אופן וואס ער איז ישראל תתפשט בכל הארצות כולם,
¶82ועוד בזה העיקר פון כל העיקרים, אז דאס ווערט אפגעטאן כהרף עין ממש.
¶83אמן.