עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-darnrdns

kind
paragraph
order
Qx
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די סכנה, חס ושלום, פון א מלחמה, אדער פון א מחלוקת, אפילו א שתילי מלחמה, אדער אפילו א מחלוקת סתם. און ס'ווערט דעמאלט, ווי דערמאנט פריער, א ענין פון די אלע מענטשן אין דער גאנצער וועלט, און זיי ווערן אלע דורכגענומען מיט דער זעלבער דיעה און מיט דער זעלבער תכלית און כוונה, אז מ'זאל ממלא-זיין דעם רצון פון דעם וואס האט באשאפן יעדערן פון אונז, און יעדערן פון זיי, און אויך באשאפן די גאנצע וועלט מיט אלע זאכן וואס געפינען זיך אין וועלט, און האט זיי באשאפן אין אן אופן, אז ס'זאל זיין ווי די וואוסטע מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, אז מ'מאנט און מ'גיט א מענטשן כח ער זאל קענען ארויסהעלפן דעם גאנצן ארום, כמוך פונקט ווי ער העלפט זיך ארויס זאל ער דאס אזוי אויך טאן פאר א צווייטן, און די צווייטע שליסט ער אין דערויף איין, ווי דערמאנט פריער, דורך אידן קומט ער דערנאך אויך צו צו ניט-אידן, און דערנאך קומט ער צו צו דער גאנצער נאטור און צו דער גאנצער אנטוויקלונג פון אלע זאכן וואס געפינען זיך אין וועלט, אז זיי אלע זאלן זיין א ליכטיקער ביישפיל ווי אזוי איז כל מה שברא הקב",ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions