עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-d9s2xgyp

kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
טויזנטער עקזעמפליען. בשעת מ'וועט זיך צוזאמענרעדן, די ארגונים וואס וועלן געבן אט די מודעות וועלן זיך צוזאמענרעדן צווישן זיך, אז ס'זאל זיין דער זעלבער מדה וואס זיי וועלן געבן אין צייטונג פון די קארטיסים, איז אט דעמאלט וועט יעדערער וואס קויפט די צייטונג קען אויסשניידן דעם קארטיס כמו שהוא פון דער צייטונג, וואס כאמור, דאס האט א פארטיקע זאך אין צענדליקער טויזנטער עקזעמפליארן, און דערנאך ממלא זיין און דארט אויך זיין צוגעשריבן דערביי צו דעם קארטס, צום געדוקטן קארטס, אויך זיין צוגעלייגט א קורצע באשרייבונג וועגן וואס דאס רעדט זיך, און ווער ס'איז דער ארגון וואס איז פארקאכט און וועט זיך מתענין זיין בזה אויף צוזאמענקלייבן די אלע קארטיסים, און מזכיר זיין אדער מוד זיין וכיוצא בזה, במילא דארף אויך זיין דער אדרז פון אט דעם ארגון, אדער פון דער ישיבה, אדער פון דער תלמוד-תורה, אדער פון דעם רב בהנוגע לבני קהלתו אדער בנות קהלתו וכיוצא בזה, מיט זיין אדרז, מיט זייער אדרז צו וועמען מ'דארף דאס אפשיקן. וואס אט דעמאלט האט מען א פארטיקע זאך, כמדובר, מ'דארף מערניט ווי אויסשנייען און ממלא זיין די ידיעות האמורים און אפשיקן דאס אויף דעם אדרס וואס ס'וועט זיין צוגעשריבן דערביי, אין דער צייטונג אדער מצד זה אדער לפני זה וכו וואס דאס איז בלאו הכי א גוטע זאך כדי צו מבאר זיין וועגן וואס דאס רעדט זיך, און מבאר זיין אויך אז דאס איז א דבר טוב ומיוסד אין שולחן-ערוך און אין תורת משה וכו און וואס נאך מערער אויסנוצן די געלעגנהייט אויף מעורר זיין, אז יעדערער זאל זיך משתדל זיין זיין א נר להאיר, אויף פועל-זיין אויך אויף א צווייטן, און אויף כמה צווייטע, און אויף כל הסביבה, שממנו יראו וכן יעשו, מיט די אלע פרטים האמורים. וואס אט דעמאלט איז יש מקום לומר, אז דאס זאל זיך האלטן אין פאנאנדערוואקסן, און דאס זאל אנגענומען ווערן בשעת מ'וועט דאס נעמען אין א גלאטן אופן ווי דאס איז געגעבן געווארן,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions