English
ספרייה
kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פריערדיקע קבוצה, און בא דער ערשטער קבוצה, ווי מ'זאגט אין ברכת כהנים, אז יברכך הוי'וישמוריך ביז ויתן לך שלום מיט אלע ברכות וואס ס'שטייט אין צווישן, כולל ובמיוחד די ברכה פון שלום, וואס שלום כאן איז הכל כאן. ובפרט נאך אז מ'פארענדיקט זיך ווי ס'פירט זיך ביי אזוינע געלעגנהייטן, אז מ'גיט יעדערן פון אייך, און די אלע וואס באגלייטן אייך, א שליחות צו צדקה, דורך געבן א פאפיר אויף צדקה, און דערנאך גיט מען דאס אפ אויף צדקה בפועל, ובהוספה מדילי., ווי פארבונדן אויך מיטן מנהגה הטוב, אז בר מצוה אדער בת מצוה פירן זיך, אז אין דעם טאג ווען זיי ווערן בר-מצוה אדער בת-מצוה, גיבן זיי נאכמערער צדקות וויפל זיי גיבן יעדער טאג פון יאר, אויב דאס קומט אויס שבת אדער יום-טוב גיט מען דאס ערב שבת ויום-טוב, און גלייך נאך שבת ויום-טוב, ווי גערעדט מערערע מאל. און די אלע ענינים זאלן נאכמער מוסיף זיין אין די ברכות פון דעם אויבערשטן, אין וועלכע יעדערער פון אייך נויטיקט זיך, מידו המלוכה הפתוחה הקדושה והרחבה, ביז צו די ברכה כללית, און איר אלע בתוך כלל ישראל, צו די ברכה הכללית פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט ווערט די כללות'דיקע בר-מצוה און בת-מצוה פון דעם גאנצן אידישן פאלק, ובשמחה ובטוב לבב, לעד ולעולמי עולמים, מיט אלע ברכות פון אבינו שבשמים, און וואס ער גיט דאס שוין איצטער, וויסנדיק אז דאס רעדט זיך וועגן אזוינע וואס זיי זיינען מקבל געווען אויף זיך בשמחה ובטוב לבב די החלטה טובה פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, יעדערע בכל עניניו וככל האפשרויות שלו.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים