פסקה
פסקה rh-d457bcn8
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-e180bxss
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צו מאכן נאך א גרעסערן שטורעם בשעת ס'קומט די שמחת בית השואבה פון יום הרביעי, וואס דאס איז די שמחת בית השואבה פון איצטער, איז דאך די טענה פון למה נגרה איז דאך נאך מיט מער תוקף ווי ס'איז געווען דעמאלט. און דערפון איז אויך פארשטאנדיק וואס דער ענין איז דוקא פון תורה חדשה, על דרך ווי ס'איז געווען בשעת ס'איז געווען די טענה פון למה נגרה איז דאך צוגעקומען פרשה חדשה בתורה, און ניט נאר א פרשה חדשה בתורה, נאר אויך אן ענין פון א מצוה חדשה בתורה, און אויך אן ענין פון עד סוף כל הדורות, האט מען דאך אט די פרשה, און מ'האט די פרשה דעם ענין פון פסח שני, און מ'האט דערביי אויך דעם לימוד, והוא העיקר, אז מ'האט דעם לימוד פון נשיא דורנו, וואס ס'האט געזאגט, אז פסח שני לערנט יעדער אידן און אלע אידן, אף על פי וואס פסח שני בפשטות, איז דאך שוין דורכגעגאנגען, ער האט קארגעט טוויי טויזנט יאר זינט די מעשה האט געטראפן האט יעדער איד דעם לימוד, און אויסטו דעם לימוד בפשטות, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלן, און אפילו פארפאלן אין אן ענין וואס עפעס פעלן קען ניט זיין ביי א אידן, אין ימות המשיח, וואס דאס איז אונזער דור, זאל ביי אים עפעס פעלן, נאר ס'קען זיין, אז די שלימות קען זי
- proofread
- 0