עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-d3pva5ny

kind
paragraph
order
5
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
צום אלעם ערשטן דארף מען זיך אונטערשטרייכן און געדענקען, אז מ'געפינט זיך אין איינעם פון די ימים טובים, פון די דריי הויפט ימים טובים, וואס תורה האט געגעבן יעדער אידן און אלע אידן אויף אלע צייטן, וואס איז יעדערער פון די ימים טובים איז דאך דאס כדי א איד זאל האבן די אמת'ע שמחה, און ווי ער רופט דאס אן מועדים לשמחה, און אין דערויף גופא איז דא צווישן די מועדים, וואס ביי זיי איז טאקע דער ענין השמחה א הויבט זאך, זיי האבן אבער נאך א הויבט זאך אין וועלכן זיי טיילן זיך אויס, וואס דאס איז דער חג הפסח ווערט אנגערופן זמן חירותינו, חג השבועות ווערט אנגערופן זמן מתן תורתינו, און צו דעם אויך איז דאס אן ענין פון שמחה היו טוב אז ס'קומט צו חג הסוכות, חג האסיף, איז דעמאלט איז ביידע זיינען אמת, סיי דער כללות'דיקער נאמען איז מועדים לשמחה, ועוד אפילו דער ביוחא'דיקער נאמען, דער אויסגעטיילטער נאמען, ווערט אויך אנגערופן זמן שמחתנו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions