עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-d17mwdg5

kind
paragraph
order
k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אדער אין אן אופן פון דפוס, אדער אין אן אופן פון כמה ספרים. און יהי רצון, אז כמדובר כמה פעמים פון די רעדן אין די אלע ענינים ובחוץ-לארץ זאל מען ממשיך זיין בארצנו הקדושה, בארץ אשר תמיד אין הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און זייענדיק דארטן בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו און דארטן גופא אין ארץ הקודש, און דארטן גופא אין ירושלים עיר קודש, און דארטן גופא אין דעם הר הבית, וואס דארט איז דאך אויך דא דער ענין פון די לוחות הברית, וואס דאס איז דאך אויך על דרך פון ספרים, און נאך העכער פון ספרים, און על דרך זה אויך האט דאך אויך געווען א ספר תורה בצידו פון דעם ספר תורה בצידו פון דעם ארון קודש וואס איז געווען אין הקדשים, כמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, כמדובר כמה פעמים, אז מ'רעדט ממשיך אין די אלע ענינים בארצנו הקדושה, מירושלים עיר הקודש ובקודש הקדשים, צוזאמען מיט די לוחות הברית און צוזאמען מיט די ספר תורה שמצידות של ארון הברית, אדער בפנימיות פון ארון הברית, ווי די ביידע דיעות בזה, און בקרוב ממש, ולא עיכבן אפילו כהרף עין.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions