transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אויף דער ענין דארף דאך ארויס א הוראה בפועל, ביז למעשה בפועל.
¶2וכמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז ”אין דיעותיהן שוות” איז דאס געזאגט געווארן אויף יעדער אידן, אפילו ווען ס'רעדט זיך וועגן א ממלא מקום פון א צווייטן,
¶3איז אעפ' כן זאגט מען אויף דערויף אויך אז ”אין דיעותיהן שוות” מיט אלע פרטים ווי ער רעכנט דערנאך אויס פרצפיהם וכל הענינים שבדבר, איז נוסף אויף די הוראה כללית וואס ס'איז דא דער צד השוה,
¶4וויבאלד אז ער איז ממלא מקום, איז דארף דאך זיין די הוראה מיוחדת אין דעם ענין וואס אין דוהותיהן שוות, וואס זיכער איז דאך דאס ניט אן ענין פון מחלוקת, נאר אן ענין של הוספה,
¶5והשלמה וכיוצא בזה, בדוגמא ווי מ'האט גערעדט פריער בנוגע צו ”מעלין בקודש” אז דאס איז קודש און דאס איז קודש און דאס איז העלאה בקודש, וואס ווי איז שייך זאגן העלאה נאר ער איז מגלה בפועל, וואס פריער איז דאס ניט געווען אין אזא אופן,
¶6אדער בדוגמא ווי מ'זאגט א ”תלמיד ועתיק עתיד” לחדש איז מען מחבר צוויי ענינים וואס לכאורה איז דאס גאר א סתירה פריער זאגט מען, אז ער איז אין א דרגא וואס ער ווערט אנגערופן בשם תלמיד און דערנאך זאגט מען, אז ער איז עתיד לחדש דאס איז זיינער א חידוש,
¶7וויבאלד אז דאס איז זיינער א חידוש ווערט ער מצד דעם חידוש, לכאורה אויס תלמיד.
¶8ער איז בכמה ענינים מחוייב בכבוד רבה וכו' וכלו בהנוגע אבער צום ענין החידוש, אויב דאס איז א חידוש וואס ”תורת אמת” איז מעיד אז דאס ווערט אנגערופן ב”שם חידוש עתיד” לחדש איז ער דאך אין דעם ענין ניט קיין תלמיד, דאס איז זיינער א חידוש.
¶9און אף על פי כן זאגט מען ניט, אז פריער איז ער געווען א תלמיד ותיק, און דערנאך האט ער מחדש געווען איז ער געווארן אויס תלמיד, נאר לאחרי זה ווערט ער אויך אנגערופן בשם תלמיד ותיק ווי דער פשט פון דעם מאמר הזל איז אויך בפשטות.
¶10וואס דאס איז אויך בנוגע לעניננו, על כל פנים בדרך אפשר, אז דאס איז עתיד לחדש דאס איז זיינער א חידוש.
¶11וכמדובר כמה פעמים די הוראה דארף מען דאך ארויסנעמען די אלע וואס הולכים באורחותם ביז צו דעם קטן ופשוט שבהם איז ער דאך אויך ”הנשיא הוא הכל”,
¶12האט ער דאך א חלק אין דעם נשיא און דער נשיא איז אים כלל, און זיי זיינען אים משפיע ביז פון זיין עצמות ומהות, וואס דאס איז דאך אן ענין פון דעם נשיא, וואס יוצא לפניהם ויבוא לפניהם און ווי חז"ל טייטשן זיך אפ, אז דאס האט מען אויסגערעדט ויכול יהושע אז וואס איז געווען דער סדר,
¶13וויבאלד אז ער האט געדארפט זען ”יוצא לפניהם ויבוא לפניהם” האט ער זיך געדארפט איינטשעלן חייו בסכנה און גיין לפניהם ניט שיקן זיי און אליין בלייבן במחנה.
¶14וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק ווי די הנהגה דארף זיין, און במילא ווי די הנהגה איז.
¶15ס'איז קיין קשיא ניט ווי קומט דאס אויב אזוי צו יהושע?
¶16איז דאס דאך בדוגמא ווי מ'זאגט, אז לא הי' דוד ראוי לא תמעשה נאר וואס דען?
¶17כדי ס'זאל זיין הוראותה דרך תשובה כדי באווייזן און עפענען א פסח של תשובה פאר כל הדורות כולם איז דערפאר איז ער געווען אט דער ענין וואס אף על פי וואס אינו ראוי לזה 'מצד עצמו'.
¶18וואס אין וואס געפינט מען, וואס ס'טיילט זיך אויס איז דער בעל הגאולה און דער בעל יום ההולדת ויום ההסתלקות פון די נשיאים שלפניו, על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דעם חידוש פון די נשיאים שלאחריו איז דאס אין דעם ענין פון הרחבת לימוד החסידות.
¶19וכידוע דער מאמר רבותינו נשיאינו דעם אלטן רבי'ן אז דאס איז אין ספירה דער ענין פון ספירת החכמה, און דעם מיטעלן רבי'ן ספירת הבינה, ”רחובת הנהר”, וואס דער אריז"ל טייטשט דאס אפ אז דאס איז דער ענין פון ספירת הבינה,
¶20און ווי דער בעל ההילולא איז דאס מבאר בכמה וכמה מדרושיו, אז ”בינה לגבי חכמה” איז דאס בדוגמא פון אן נהר לגבי המים, וואס א מים איז דאך טיפין טיפין וואס דערפאר איז ער זיך ”מטהר בכל שהוא” איז דארט איז דא די גאנצע מציאות פון דעם מים,
¶21אף על פי וואס דאס איז מערניט ווי א 'כל שהוא', ווארום דאס איז ניט מוסיף וואס דאס איז דער ענין המים, בא א נהר איז דאס דוקא א ענין פון התפשטות, ביז אין אן אופן פון 'רחובות הנהר'.
¶22ביז וואנענט אז מ'זאגט דאך אויך, אז שורש הבינה איז נאך העכער פון שורש החכמה, ווי דערפון פארשטאנדיק בכל הענינים.
¶23ביז כמדובר די הוראה וואס ס'זעט אויך אז קטן ופשוט שוין בפשוטים, אז דאס ווי מ'זעט בהנוגע להנהגתו בחיים חיותו בעלמא דין, אין אמירת חסידות,
¶24איז דאך דאס געווען בהתרחבות ובהתפשטות, כמסופר אין די שיחות און די סיפורים פון רבותינו נשיאינו, און אויך פון חסידים הראשונים ביז פון חסידי ”בני דורו, חסידיו בני דורו”,
¶25אז ס'איז געווען די אמירה בשופי און אן קיינע הגבלות, ביז וואנענט אז ער האט זיך דערמיט ניט מסתפק געווען, און אין דערויף איז אויך געווען דער אויפטו לגבי די נשיאים,
¶26וואס ער האט געהייסן אויך דרוקן און האט דאס אויך אליין געדרוקט, און אויך בכמות ובהתרחבות, שלא בערך ווי דאס איז געווען סיי ביים אלטן רבי'ן סיי אפילו ביים צמח צדק, שלאחריו, וכמדובר ווי מ'זעט דאס בפשטות 'בעיני בשר',
¶27אז בכמות באיכות איז דאך אין ”אתנו יודע עד מה” אויף קענען אפשאצן, ובפרט נאך אז מ'זאגט אז דאס איז א מעיין, און ווי דער בעל ההילולא הגבולה שרייבט אליין אין הקדמה צו די ספרה אז דאס איז א ביאור אדער דברו פון דעם אלטן רבי'ן,
¶28אבער ווי מ'זעט דאס, אט דאס וואס ס'נעמט א מתחיל און א תלמיד נעמט ער דאך דער צוגאנג און נעמט מלכתחילה על ידי הכמות נעמט ער דערנאך אויך די איכות איז דאך שלא בערך וואס ס'איז נדפס געווארן על ידי הנשיא עצמו, דורך דעם מיטעלן רבי'ן אליין, לגבי דערויף וואס ס'האט אפגעדרוקט דער אלטער רבי בימיו,
¶29לגבי דערויף וואס ס'האט אפגעדרוקט דער צמח צדק בימיו.
¶30וואס דער ענין פון דפוס, בשעת מ'איז דאס מתפיס אן ענין איז דאס באווייזט דאך, אז מ'וויל האבן די הפצה, ניט נאר אט די וואס שטייען בקירוב מקום, במילא הערן זיי וואס מ'רעדט בדיבור, נאר אפילו די וואס זיינען ניטא בקירוב מקום און ניטא זיינען אזוי ווייט, במקום ברוחני אדער בגשמיות,
¶31אז אפילו שיקן צו זיי ע'שליח וואס זאל איבערגעבן בדיבור, ווייס מען אויך ניט צי מ'וועט דאס דערגרייכן, בשעת אבער מ'פארשרייבט דארף ניט אנקומען, דוקא צו א שלוחיקע מוסק וואס קען איבערגעבן, ווארום ער האט א שייכות צו דעם ענין,
¶32נאר אפילו אז דאס איז על ידי קטן, ביז ”אפילו על ידי קוף” קען ער אים אויך ברענגען דעם כתב, און יענער וועט דערנאך זען אותיות מאירות דברי הרב.
¶33איז נאך בהוספה על זה האט מען דאס נאך געהייסן, און ער אליין, ובימיו, כמה וכמה ספרים ודרושים, וואס זיינען דעמאלט נדפס געווארן על ידיו ובפקודתו,
¶34בכמות הכי גדולה ובדפוס, וואס דער ענין און א דפוס איז דאך, אז דאס זאל זיין נשמר לימים רבים כלשון הכתוב, און ווי דער צמח צדק האט נאך מסביר געווען, אז דאס איז אן ענין וואס דאס איז לדורות, ווי מ'זעט דאס אויך בפועל.
¶35וואס אט דא זעט מען גלייך 'בעיני בשר', אפילו פאר א קטן ופשוט, די הוראה בפועל אז ס'דארף זיין 'רחובות הנהר' דער ענין הלימוד ביז אין אן אופן וואס נהר איז מכיפור מברך, נוסף אויף דערויף וואס ער האט פון דעם מעיין וקומט אויך די התרחבות 'מצד עצמו',
¶36ביז א התרחבות כפשוטה, ווי מ'זעט דאס בא כל נהר לגבי מעיין שלו, ביז אין אן אופן כמדובר לעיל אז ער דארף דאס טאן אין אזא אופן אז דאס זאל משפיע זיין אויף די דורות.
¶37וואס דאס איז אויך א שייכות מיוחדת צו דער קביעות פון שנה זו, וואס יום הגאולה קומט אויס ביום הששי, וואס ביום הששי איז אויך ”הוכפל בו כי טוב”,
¶38וואס די רביים טייטשן דאך דאס אפ, און בן מיוסד אויף די גמרא אין קידושנו בכמה מקומות, אז ”הוכפל בו כי טוב” איז דאס איז ”טוב לשמים טוב לבריות” אז ער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס דאס איז פאר-זיך, נאר ער זעט אז דאס זאל אנקומען צו א צווייטן אידן, און ניט נאר צו א אידן וואס שטייט אין זיינע ד' אמות און הערט וואס ער רעדט צו אים,
¶39אויף כל פנים אזא מין וואס אז מ'וועט אים איבערגעבן וועט ער הער, נאר אפילו צו אזא מין וואס ער ווערט אנגערופן בשם בריות ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ, אז די איינציקע מעלה זיינע איז, וואס ער איז נברא על ידי הקב"ה ס'איז דא דער אומן שאתני ווי די גמרא זאגט דעם לשון אין תענית, איז דאס איז די הוראה לכל אחד ואחת,
¶40וואס אף על פי אז מ'געפינט זיך אין דורות האחרונים, ביז אין דור דעיקבתא דמשיחא ממש, ווארום יבוא ויגאלנו בעגלא דידן זאל דאס אויך אהינצו אנקומען,
¶41ניט קוקנדיק וואס אם ”ראשונים כמלאכים” וכבני אדם קומט דאס ניט צו דער מעלה פון אחרונים און אחרוני-אחרונים זאל אויך צו זיי אנקומען האט מען געגעבן דעם כח לכל אחד ואחת וואס אין דרא דעקבתא דמשיחא צו וועמען ס'איז שוין דערגאנגען תורתו אדער ס'ווערט דערגאנגען תורתו,
¶42אז זיי האבן דעם כח און זיי האבן די שליחות און זיי האבן דעם זכות און זיי האבן דעם תפקיד אויף מפיץ זיין 'פנימיות התורה' אין אן אופן פון 'רחובות הנהר', ביז אין אן אופן אז ס'זאל זיין א תלמיד לתלמידו, ”טופח על מנת להטפיח”,
¶43ביז אין אן אופן אז דאס וועט פועל זיין פעולתו, וואס דאס איז דאך ”המעשה הוא העיקר” אט דאס אלץ וואס תורת החסידות מאנט.
¶44און וויבאלד אז מ'ווייס דאך אז דאס איז 'פנימיות התורה' און נשמתא דאורייזא, און דער תכלית הכוונה איז דאך אז ס'זאל זיין א נשמה בגוף, און דוקא דעמאלט איז מען ממלא די שליחותו של הקב"ה כדבעי, איז דאס פארבונדן מיט ”תלמודו בידו” דער ענין פון נגלה דתורה, אז ס'זאל אויך אזוי זיין בלימוד נגלה דתורה,
¶45וכמדובר בארוכה אין די התוועדות פון כ' חשון, וואס ס'איז פארבונדן מיט יום הולדת פון ממלא מקומו דעם רבי'ן וואס נשיא דורנו איז געווען זיין ממלא מקום,
¶46ביז וואנענט אז ס'ווערט א תורה אחת ווי דאס איז געווען אבער ניט אזוי בגלוי ווי ביים רבי'ן נשמתו אויף אויך ביים בעל הגאולה, כמדובר ומסופר וואס דער צמח צדק האט געזאגט, בנוגע צו די גדלות אין נגלה פון דעם שווער זיינער, וואס דאס איז געווען אויך דער פעטער זיינער, דער שווער, מורה וחמיד,
¶47דער שווער זיינער און אויך דער פעטער זיינער, און אויך מורי ווי ער רופט אים אן, בנוגע זיין גדלות אין נגלה, און אויך אין אן אופן פון הרחבה, וואס דערפאר איז דאך דורכגייענדיק האט ער איבערגעטראכט א גאנצע מסכתא, כמבואר אין דעם סיפור הידוע בזה, איז אויף דערויף האט מען אויך געגעבן דעם כח, וכמדובר ”אין המעשה הוא” העיקר,
¶48אז דאס זאל ניט בלייבן אין הערן ווערטער וועגן דעם, און אפילו חזר'ן די ווערטער וועגן דעם, נאר ס'זאל אראפקומען בפועל, וכמדובר כמה פעמים, אז מ'זאל אליין לערנען אין אן אופן פון ”רחובת הנהר”, סיי 'פנימיות התורה', ובפרט תורת פון דעם בעל הגאולה, סיי אין נגלה דתורה,
¶49במילא וועט שוין זיין דער ענין פון גדלות אין לימוד, ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” אזא אופן אויך אין א 'קיום המצוות' וואס קומען ארויס פון דעם אופן הלימוד, אז אין זיי וועט אויך זיין דער 'קיום המצוות' באופן כזה,
¶50ביז ווי מ'זעט דאס בגלוי אין 'קיום מצוות' פון נרות חנוכה, אז ער איז מוסיף בינד ”מיום ליום הלוך” והוסיף ועוד.
¶51ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין צו ”קליא ריגלא דתרמודאי” ווי חסידות ברענגט אראפ דעם אפטייטש פון קבלה, אז תרמודאי תרמוד איז דאס אותיות מורדת אז אידן על ידי תורתם ועבודתם זיינען מחלה און מבטל לגמרי דער ענין פון מורדת, פון מוריד זיין חס ושלום אין דעם 'רצון העליון',
¶52און ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ אין תניא, אז וואס פאר אן ענין זאל מען זיין, אפילו א דקדוק קל של דברי סופרים, איז בשעת מ'איז חס ושלום עובר אויף דערויף, איז וויבאלד אז כל ”מה שתלמיד ותיק עתיד מחדש נאמר למשה מסיני” איז דאס דער 'רצון העליון',
¶53און עובר זיין אויף דעם רצון, אפילו אז דאס איז א דגלו קל איז ער אויך עובר על 'רצון העליון', רחמנא ליצלן, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן בשם עבירה ווערט דער קראי ריגלי דתלמודאי ”ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ” ובקרוב ממש, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶54לחיים.