Paragraph
Paragraph rh-czbst729
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jsnfk3cq
- order
- d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","checked":true}- content
- מיט די התחלה פון פרשה בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, אז יעדערער פון אייך, ובמיוחד בתוך כלל לומדי תורה, זאל לערנען מכאן ולהבא די תורה, נגלה און חסידות, אין א נייעם אופן לגמרי, ביז וואנענט אז דאס וועט זיין ניי בכל הפרטים, סיי בחכמה שבזה, סיי בבינה שבזה, סיי בדעת שבזה, ווארום ער לערנט שלא בערך לגבי וואס לערנען פריער, צוזאמען מיט די יגיעה שלא בערך, איז הקב"ה גיט אויך די ברכה והצלחה, ביז אין אן אופן פון ומצאת אויך שלא בערך צו דעם ומצאת וואס איז געווען פאר דעם שמחת-תורה ושמיני עצרת, און אזוי אויך בכל יום ויום, להפשה בה אויף מוסיף זיין אלץ מערער און מערער, ביז ילכו מחיל אל חיל ווארום ביי אים ווערט מקויים אז אין להם מנוחה ער קען ניט רוען און איז אלץ מוסיף אין לימוד התורה באופן הדרוש, וואס דאס איז דאך על ידי הקדמה פון דחילו ורחימו, כמבואר בארוכה אין קונטרס עץ החיים, און טאן די אלע ענינים מתוך בריאות הנכונה האט מען ניט קיינע בלבולים זייטיקע, און מ'ליגט אינגאנצן בלבב שלום, מיט דער נשמה און דער גוף איז מסייע, ווארום ער לערנט די תורה אין אן אופן פון כל עצמותו תאמרנה, און די אלע זאכן צוזאמען זיינען נאכמער מוסיף און מזרז די ביאת משיח צדקנו, וואס ילמד תורה את כל העם כולו, וואס דערצו איז דאך אויך די כלי ווי תלמודו בידו, דעם לימוד התורה וואס מ'האט געלערנט נאך פאר ביאת משיח צדקנו, און מ'איז מוסיף מיט א החלטה טובה, אז מ'וועט לערנען נאכמערערן,
- proofread
- 1