English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

19 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1האב שוין גערעדט כמה פעמים ווי אזוי תורה איז מחויב און זאגט-אן, און מיט א תוקף, אויף דעם ענין פון להודות על הטובה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון מצות ביכורים, כמבואר במפרשים פון טעמי המצוות, ביז ווי רש"י איז דאס אויך מרמז.

2אז ער באווייזט און זאגט דאס ארויס, סיי בדיבור סיי במעשה, אז ער איז מכיר אין די ”טובה, הגדתי היום” ומשבח דערפאר וכו מיט אלע פרטי הדברים.

3וואס דאס איז דאך אויך פאר די וואס האבן געגעבן און געשריבן און געזאגט, און די יחולים טובים בקשר מיט דער התוועדות און מיט דעם טאג און מיט דעם מאורע וכו,' וואס ”אין הזמן גרמא”, און ניט נאר ניט גרמא, נאר ס'איז אי אפשר, אין היכולת בדבר,

4אויף אפדאנקען יעדערן באזונדער, ובפרט נאך אפדאנקען כפי הדרוש, וככל הדרוש, וואס דאס איז דאך אויך ס'איז דאך ניט מספיק אז מ'טוט אן ענין און מ'טוט אים ניטא בשלימות, נאר תורה ווילט דאך, וואס תורה מלשון ”הוראה ותורת חיים” הוראה בחיים, אז א איד זאל טאן עניניו בשלימות,

5כמבואר אז דאס איז גאר אן ענין עיקרי, איז וואנענט אז מ'זאגט, אז דער אויפטו פון לעתיד-לבוא זיין, אז ”ושם נעשה לפניך” די אלע ענינים ”כמצות רצונך” בשלימות וואס דעמאלט וועט זיין דער מין האדם בשלימות און כל 'סדר השתלשלות' בשלימות, במילא איז אויך דער קיום פון די מצוות וועט אויך קענען זיין בשלימות.

6וואס דאס איז דאך זיכער און מעגלעך, ובמכל-שכן וקל-וחומר פון שאר ענינים, איז דערפאר, בשעת מ'געפינט זיך אין א מסיבה של כמה עשיריות מישראל,

7וואס ווי געזאגט פריער איז אז ”שכינתא שריא” אפילו אז ער זעט דאס ניט, ס'פילט דאס ניט וכו אבער ס'איז א זיכערע זאך אז דאס איז דא, ואדרבא ווען ער וואלט דאס געזען, ווייס מען ניט אין וואס פאר א מעמד ומצב ער וואלט דעמאלט געשטאנען, וויסנדיק, ווי דער אלטער רבי זאגט, אז א מלאך וואלט געווארן בטל מכל מציאותו,

8איז דאך דאס בדוגמא וואס גאר אמאל איז דאס כדי צו באווארענען השפתי 'רוב טובה' איז דעמאלט אין יכולים לקבל.

9ליידער איז אפילו דאס וואס מ'קען יא מקבל זיין איז אויך ניט יעדערער און מ'זעט דאס אדער הערט דאס וכיוצא בזה, ”ואני המתחיל”, איז אט דערפאר איז אויך אויסנוצנדיק אט דעם מעמד ומצב וואס צי מ'זעט און מ'פארשטייט דאס 'בעיני בשר' און מ'פארשטייט דאס,

10אבער דאס איז דאך א מעמד ומצב פון ”שכינתא שריא” און א מעמד ומצב ”בבית הכנסת ובבית המדרש” אז די התוועדות גופא זאל זיין אן ענין פון נתינת תודה, און מיט דער גאנצער שלימות וואס דאס פארלאנגט, וואלט זיין ”אני מתפלל לדעת זה התינוק”,

11ווי דער צמח צדק ברענגט אראפ בנוגע צו כוונת התפילה, אז דאס זאל זיין די שלימות הדרושה, און נאך מערער אז ”כל המברך מתברך” ו”כבר מילתא אמורה” אז ס'איז גענוג און יותר ממה שא אמור איז כתוב כאן,

12”ואברכו מברכיך” בברכתו של הקב"ה, ו”תוספת מרובה על העיקר”.

13און ווי ער האט גערעדט אמאל בארוכה, און אויך שוין אפגעדרוקט דעמאלט און איצטער איבערגעדרוקט במיוחד נאכאמאל ב לימים אלו וואס דאס מיינט מען יעדערן און יעדערע בפרט כאילו ”בשבילו נברא העולם” צוליב אים אליין האט מען דאס אפגעדרוקט און איבערגעדרוקט נאכאמאל,

14ווארום דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין הבטחתו וואס שטייט כמה פעמים דער ענין פון ”ואברכה מברכיך” מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.

15און ווי ס'שטייט אויך, כמדובר כמה פעמים, אין סידור פון בעל שם טוב, א קדושה מיט א ג' אז דאס איז נאך מערער וויפל ס'איז דא אויף דער כלי איז אויך דא דער גודש הכלי, גודש מיט א ג' אז אין ”תוספתו מרובה על העיקר”,

16איז דאך דא אויף דערויף אויך שייך זאגן א קדושה מיט א ג' זאל דאס אנקומען צו יעדערן למטה מעשרה טפחים, בטוב הנראה והנגלה, לא ווי לבני ביתו, אנהויבנדיק און דער עיקר ווי ער זאגט אין די דרושי חתונה ”בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות”, ביז אראפקומען אין בני חיי ומזוני רויחא ובכולם רויחא,

17כפשוטו. און יהי רצון, אז מ'זאל קענען ווינטשן איינעם די צווייטן און דער אויבערשטער אז מ'זאל ממלא זיין ברכת בני ישראל איש לרעיהם, און ווי ער איז מבאר אויך אין דעם דרוש דעם גודל הענין פון ”ואהבת לרעך כמוך זגלל גדול בתורה”,

18ובפרט אז דאס קומט ארויס אין צוזאמען מיט א צוזאמענקלייבן זיך אין א התוועדות ומשמחו בכלל ומשמחו בדברי תורה, אז מ'זאל זוכה זיין בקרוב ממש ללמוד תורה, תורתו של משיח, ומתוך שמחה וטוב לבב.

19לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים