פסקה
פסקה rh-cwegtx8n
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-tyjnnya8
- order
- gl
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווארום פון דער גאנצער הויז האט מען אויך געמאכט דער ציוו ושכנתי בתוכם אין יעדער אידישער הויז. ובפרט נאך אז מ'גרויסט זיך אויף צו זיין מדריכים, און מ'גייט אריין אין א זמן וואס איז פנוי פון כמה ענינים לימודים, וכמה ענינים של עשה עסק הבית און צרכי הבית, און מ'האט נאכמערער פרייע צייט, אז די פרייע צייט ווערט אנגעפילט מיט עבדים לי וואס דאס איז די אמת'ע פרייהייט פון א אידן איז, דורך דעם וואס ער ווערט אן עבד צו מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וואס אן עבד מלך, סיי א מאן און סיי א פרוי, ביז אפילו א טף וקטני קטנים זיי איז עבד מלך כמלך האבן זיי אין זיך די שטארקייט פון דעם אויבערשטן, אז די ענינים וואס זיי ווילן מיט אן אמת העלפט זיי דער אויבערשטער אליין בכל הכח שלו, כביכול, אז זיי זאלן קענען דורכפירן זייער רצון מיט א געזונטן גוף און מיט א געזונטער נשמה, וביחד מיט די אלע תרי'אברים ויגידים, ועל דרך זה מיט די הוספה וואס ס'איז דא בא א פרוי, וכמדובר כמה פעמים וואס זיי זיינען דאך אלע נכלל אין רמך מצוות עשה און שסע מצוות ל ותעשה, וואס אף על פי אז ס'איז דאך דא מצוות וואס נשים זיינען ניט מחוייב בזה, בא פרייט דערפון, ציט זיך דאך דאס אויף קיום המצוות, ס'איז דאך אבער א תורה אחת, והעצם כשתה תופס במקצתו אתה תופס בכולי האבן זיי א תפיס, אן אנהאלט, ביז אין אן אופן אז זיי נעמען ארום דעם גאנצן ענין פון כל התורה כולה, וכמדובר כמה פעמים, אז מ'זאגט אז תורה צוה לנו משה מורשה קהילת יעקב אז יעדער איד האט געירשנ'ט די תורה, האט איר געירשנ'ט אט די תורה ווי משה רבינו האט איר באקומען, וואס ער האט דאך
- proofread
- 0