Paragraph
Paragraph rh-ct9xec6a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jzcpymkc
- order
- Sc
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- טובים, און מ'פארשטארקט נאכאמאל דעם פארבונד איינעם מיטן צווייטן, און דורך דערויף און דערביי האט מען אויך די כוונה אויף פארבינדן זיך מיטן כלל ישראל, נוסף אויף דעם כלל ישראל וואו ער איז איצטער אויך מיטן כלל ישראל פון כל הדורות כולם, וואס ס'איז דאך עם ישראל חי אז יעדער איד האט א חיים נצחי, אז זיין נשמה איז דאך חלק אלוקה ממעל ממש. און ווי דערמאנט פריער, אז בשעת מ'האט נאך א טאג אין ספירת העומר, אדער נאך א טאג אין ניסן, אדער נאך א טאג אין מעשינו ועבודתינו, איז דאס נוסף ניט אז דאס ווערט א טאג בפני עצמו, נאר וואס דען מ'דערמאנט אז דאס איז יום שני אדער יום שלישי, נאר דאס איז א טאג וואס איז זיך מצטרף צו די ימים שלפני זה,
- proofread
- 0