Paragraph
Paragraph rh-cs4gj4kk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jynckjjd
- order
- H
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך, און ס'ווערט דעמאלט ניט דער ענין פון הפסק חס ושלום, נאר דוקא א התאחדות, ווי התאחדות בתכלית השלימות, וואס התאחדות בתכלית השלימות איז והיו לבשר אחד און דערנאך ווערט דאס אויך דער צווייטער ענין איז והיו לבשר אחד אז ס'ווערט גלייך מעשיהם של צדיקים וואס דאס איז די פירות של צדיקים, ווערט דאס דער ענין פון מעשים טובים שלהם, און די מעשים טובים זיינען משלים נאך דעם ענין פון דעם מעשה טוב, אז יעדער איד ווערט א שותף און א משתתף בפשטות בגופו בנשמתו, אין די גאולה האמיתית והשלימה, כדי דער אויבערשטער כביכול זאל דאס קענען דורכפירן בשלימות, דארף מען האבן די השתתפות פון יעדער אידן, און דוקא נשמה בגוף בתכלית השלימות, וואס דער איד איז מסכים, און נאכמערער ער וויל דאס און איז מכריז, אז ניט נאר הגיע זמן גאולתיכם נאר ס'איז שוין דא די גאולה בפשטות. ועוד והעיקר, ווי דערמאנט אין דעם ווארט פון גאולה, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז אן ענין של גילוי,
- proofread
- 0