עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-cqg7f6f3

kind
paragraph
order
4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך כמדובר יעדער מאל די אנווייזונג און געבן כח פון תורתנו, תורת חיים, ווי אזוי צו פירן זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן, אז פותחין בברכה, על אחת כמה וכמה אז מ'שטייט אין א שנה מיוחדת, א שנת העיבור, און א שנה מלאה, ווי גערעדט די אלע פרטים בנוגע צו דעם יאר, מערערע מאל, און בהנוגע וואס ס'איז נוגע אונז במיוחד, בפרט נאך אז מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן אין צוזאמענהאנג מיטן יום הילולא פון דעם נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, וואס ס'הויבט זיך אן די שנת הארבעים פון יום ההילולא, וואס דעמאלט איז דאך אז ס'הויבט זיך אן פערציקטער האט מען דעם כח פון דעם אויבערשטן אליין, אז מ'קומט-צו א לב לדעת פון נעים לרות ואזנעים לשמוע אויף אריינטראכטן זיך נאכמערער און פארשטייט נאכמערער אין די זאכן וואס ארום זיך, ביז אין אזא אופן, אז דאס גיט אויך כח, ווי דער לשון פון תורה איז, אז קיים איניש אדעתו דר בא, אז א מענטש קען זיך דערגרונטעווען צו דעם אמת'ן פארשטאנד פון דעם מענטשן וואס ביז דעמאלט און אויך איצטער איז ער רבו, וואס דאס הייסט אז ער שטייט העכער פון אים, עד כדי כך, אז ער לערנט אים און שטעלט אים אוועקן דרך האמת, ווארום דאס מיינט מען דאך דער רבו האמיתי, איז דאך פארשטאנדיק די כוחות מיוחדות וואס מ'באקומט בשנה זו, און וואס נאך מערער, אז דאס איז ניט נאר וואס ס'קומט-צו בדרך הטבע, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגארגן דרייסיק ניין יאר, און מ'ווערט נאך הויבט זיך אן נאך א טאג, און נאך א חודש, און נאך א יאר, במילא איז דאך נארמאל אין טבע, אז ס'זאל צוקומען אין יעדערנס
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions