פסקה
פסקה rh-cn8yjc2m
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-sdzsgk33
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך א מנהג מכמה שנים, אפקא בלי נדר, אז בשעת התוועדות אין א טאג פון א יארצייט, איז מען דאס אויך מקשר מיט א סיום פון א מסכתא, וואס איינע פון די טעמים בזה איז, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן אים אדער אב, איז דאך הויבט זיך אן די שאלה וואס שטייט אין שולחן ערוך בזה וכיוצא בזה, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט א סיום מסכתא, איז זאגט דאך דעמאלט די גמרא, אז מ'האט מסיים מסכתא עביד יומא תבוא לרבנן נוסף וואס בכלל מאכט מען דאך די התוועדות לאחרי היום, איז מען אויך וויבאלד אבער אז די התוועדות איז דאס בקשר לזה, פרעגט מען די שאלה, ס'איז דאך אן ענין ניט מתאים, נאר גאר א הפכי, בשעת מ'פארבינדט דאס מיט דער סיום מסכתא, און מ'זאגט אז די סיום מסכתא איז דוקא דערפאר כדי צו ממתיק זיין און מאכן פריילעכער דעם טאג האמור, איז דאס איז די סיבה אויף דעם סיום נעמט דאס אראפ די שאלה האמורה, על כל פנים מאכט איר שוואכער.
- proofread
- 0