עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-cmgevy10

kind
paragraph
order
XD
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בסידור שלו, וואס דאס איז דאך ספר השוה לכל נפש און שייכות לכל השנה כולה, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות פון דעם תוכן הסידור קומט דאס דארט אראפ אז אין אומרים תחנון כל החודש פון חודש ניסן. און מ'פארבינדט דאס אויך דערמיט וואס מ'האט די ביידע נונן, ניסי ניסים נעשו לו נאך העכער פון די הנהגה ניסית סתם, ווערט דאס דוקא מצד דעם חושך כפול ומכופל פון דער וועלט ווערט בא יעדער אידן און אלע אידן, און זיינען דאס ממשיך אויך אין וועלט, די הנהגה פון ניסי ניסים, וואס דאס איז אויך, כמוזכר לעיל, אז צוויי נוני'ן זיינען בגימטריא מאה, וואס דאס איז דאך תכלית השלימות אין די ברכות והמשכות מלמעלה, וואס זיי שטעלן זיך אויס אין מאה ברכות, כמבואר בארוכה אין דער המשך הידוע פון מלכתחילה אריבער פון דעם רבי'ן מהרש. וואס דאס איז אויך פארבונדן ווי דער מיטעלער רבי איז מאריך בכמה מקומות, אז יעדער עבודה דארף אראפקומען דוקא אין פרטים, און דאס איז נאך ניט גענוג ס'דארף אראפקומען בפרטי פרטיות, און פרטי-פרטים, ופרטי-פרטיות שבכל אחד פון די פרטי-פרטים, און דאס איז אריינגעשטעלט און פארבונדן מיט שער היחוד, אז מ'מאכט אין זיי אלע דעם ענין פון יחידו, און ויחידו ווערט יחידו של עולם, אף על פי וואס עולם איז דאך לכאורה מלשון העלם והסתר איז מען מגלה אין דעם עולם, ואדרבא לילה היום יאיר איז דער יאיר נאך א גרעסערער, וויבאלד אז דאס קומט פון דעם לילה און פון דעם עולם, שטייט נאך מערער אויף וויפל מ'קען דאס זאגן בהנוגע ליחידו האמיתי שטייט דאס נאך מערער, ביז כאמור אין אן אופן פון לא יקניף עוד מוריך אף על פי וואס על דרך הרגיל, על פי התורה, איז המלך אין רון
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions