transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1בשעת מ'דארף מאכן שלום צווישן זאכן וואס מצד טבם זיינען זיי הפכים איז דאך דעמאלט זעט מען דאך בפועל, אז וואס פריער מ'הויבט דאס אן מאכן אלץ לייכטער קומט דאס אן.
¶2וואס דאס איז דאך אויך דער מאמר פון ”הרגל נעשה טבע” אז וואס מער מ'וויינט זיך איין אין א סדר החיים מסויים און אין הנהגה מסויימת אלץ שווערער איז פועל'ן בא זיך איבערשטעלן זיך איבעראנדערשטעלן זיך און על אחת כמה וכמה איבערשטעלן זיך אין א הנהגה הפכית.
¶3וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז דער השתדלות דארף זיין ביותר וביותר בהנוגע צו תלמידים ומחונכים ומושפעים, וואס זיי דארפן זיך ערשט איינטשעלן בדרכם בחיים, ווי זיי וועלן זיך איינטשעלן אין לעבן,
¶4איז דערפאר איז ווי מ'וועט זיי מחנך זיין, די ”חנוך לנער על פי דרכו” וועט דאס דעמאלט אויפטאן א דם ”כי יזקין לא יסור ממנו”, און ווי דער אלטער רבי הויבט אן דעם צווייטן חלק פון תניא, דעם חלק חינוך.
¶5וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק צוויי זאכן, אז אט די וואס זיי זיינען זיך עוסק אין חינוך, ס'דארף זיין דאך דער חינוך על טהרת הקודש, אז אט וואס פאר אן ענין מ'זאל ניט לערנען,
¶6צי דאס איז לימודי קודש אדער אפילו לימודי חול קען דאך זיין דער אופן הלימוד פון לימודי חול אין אן אופן, אז ביים קינד זאל צוקומען דערפון א הכרה אין בורא עולם און אין הנהגת העולם 'בהשגחה פרטית', און ווי אזוי מ'דארף טאן ”ואהבת לרעך כמוך” און דעם היפך,
¶7מה דערנאך ”שני לחברך לא תעבוד” איז אין דערויף די גרעסטע אחריות און ס'איז די גרעסטע תביעה, ווארום דעמאלט אין חנוך לנער איז א קלענערע הארעוואניע ווי מ'דארף איבערשטעלן אן אכציק-יאריקן אידן.
¶8וואס אפילו ווען מ'איז אלט אכציק יאר, דערציילט זיך אויך די גמרא, אז אע' פי וואס ער איז געווען שמונים שנה הצדוקים איז דערנאך דארף ער ווערן א צדיק גמור, אבער פונדעסטוועגן איז דאך ניט גלייך די עבודה נאך דערויף ווי אכציק יאר איז געווען רחמנא ליצלן הצדוקי, ווי מ'הויבט אן דעם חינוך אין אן אופן אז מ'זאל מלכתחילה גיין אין דעם וועג פון ”פדה בשלום נפשו”.
¶9דערפון איז אבער אויך בהנוגע צו תלמידים אליין, איז דאך דא אט דאס וואס תלמידים ומושפעים באקומען פון זייערע מורים, פון די טישערס, און ס'איז דא אט דאס וואס זיי איז ניט נאר אז זיי דארפן פון זיך מאנען אט דאס וואס מ'מאנט ביי אלטע אידן,
¶10נאר אדרבא, ווי אזוי בא זיך דארפן מאנען נאך מערער, דערפאר וואס ווי אזוי איז נאך ניטא דער ענין פון הדגל נעשה טבע איז דאך לייכטער איבערצושטעלן זיך אין א ”דרך הטוב הישר” פון ישר יחדו פון איינעם.
¶11ובפרט נאך אין דער מדינה פון ארצות הברית, וואס דא זיינען דאך קינדער בעהבתים אויף זייער, און ס'איז גענוג אז מ'איז ניט מעת פנים אין אלדים, און כבוד עלטערן איז דאס אן ענין וואס ס'ווערט אפגעהיט, און במדידה והגבלה ניט חס ושלום איבערכאפן די מאס.
¶12און אט דאס איז אלץ במה דברים אמורים ווי על פי דין איז.
¶13על פי דין, דער ענין פון כיבוד אב לעולם איז דאס בממונו של אב, און אלץ אויפן חשבון פון דעם אב, אבער זיין ממון איז אים ניט מחוייב געבן א זאך וואס מ'טאר ניט דערציילן אין יוני אבער די הנהגה איז דא לאו החוה איז דאך דא נאכמערער דער חלק וואס קינדער זיינען זיך אליין מחנך,
¶14איז ווי אזוי דארפן בא זיך מאנען איז דאס על אחת כמה וכמה מערער נאך ווי אן ערוואקסענער מאנט בא זיך און ווי אן אלטער איד מאנט בא זיך, און וויבאלד אז זיי דארפן מערער בא זיך מאנען איז דאס גופא איז א ראי' אז מ'האט זיי געגעבן מערערע כוחות אז זיי זאלן קענען דאס דערגרייכן.
¶15וואס דאס איז אויך איינע פון די ענינים פון י'ט איסלון, איז דאך ידוע ווי אזוי רבותינו נשיאינו, אנהויבנדיק פון דעם בעל שם טוב אן, און דערנאך דער אלטער רבי און תלמידיו און נשיאו ממלאי מקומו, האבן זיך ספעציעל אריינגעלייגט אין חינוך על טהרת הקודש,
¶16וידוע אז דער בעל שם טוב, נאך איידער ער איז נתגלה געווארן, איז ער געווען א העלפער ביים למ כדי צו פירן קינדער אין חדר און לערנען מיט זיי זאגן נאמען יהושמו רבא, און אויך פארהיטן זיי פון א כלף כפשוטו, אז זיי זאלן ניט טרעפן קיין זאך אין גשמיות אויך קיין דבר בלתי רצוי.
¶17וכידוע די שיטה פון בעל שם טוב, ווי גערעדט פריער, אויף באווארענען א גשמיות'דיקער טובה אויך א אידן, ועל דרך זה איז דאך דערנאך אזוי געווען בא נשיאים ממלא מקומו, פון דעם אלטן רבי'ן, בעל הגאולה והסמךה, און דערנאך די נשיאים ממלא המקומו.
¶18וואס מ'האט דאך ביחוד אפגעגעבן אויף חינוך על טהרת הקודש, און ווי מ'האט דאס אויך געזען דערנאך ווען דער רבי דער נשיא איז געקומען אהערצו אין ארצות הברית.
¶19וואס אט דערפאר איז תבוא עליהם ברכה אויף די אלע וואס זיי זיינען זיך מתעסק אין חינוך על טהרת הקודש פון אנדערע, און תלו עליהם ברכה אט די אלולא זיי זיינען זיך מתעתק אין חינוך על טהרת הקודש מיט זיך,
¶20און ווי גערעדט כמה פעמים, אז א יונגער הייסט ניט אט דער וואס ביי אים איז אנגעשריבן אין פת, אין בעד סעטיפיקייט, אז ער איז ערשט ניט לאם געבארן געווארן, נאר א יונגער הייסט אט דער וואס ער וויל ניט זיין קיין אלטער, און במילא פילט ער זיך יונג גיט אים דער אויבערשטער דעמאלט כחות ער זאל
¶21אז זיי זאלן אויסנוצן די כוחות וואס דער אויבערשטער גיט זיי אויף מחנך זיין זיך און מחנך זיין די סביבה, און מחנך זיין בכל מקום שידם הגף, אין דעם חינוך פון טהרת הקודש, וואס אויף דערויף זאגט ער אין פסוק שנוך ”לנער על פי דרכו” וואס דאס גייט דאך אויף כללות ישראל כנער ישראל לא אוהביהו און אויף יעדער אידן ביחוד אויך,
¶22וואס אט דעמאלט איז גן קיין ”יזקין לא יסור ממנו” מ'וועט אזוי אוועקגיין אויף תשיבים שנה און שמונים שנה אין דעם דרך הישר והטוב, אין דרך התורה והמצוה, וואס דאס וועט אראפברענגען הצלחה ”בכל מעשה ידיהם”, אז מ'זאל זיין ”זרע ברך הוי,"'” אן אחת פאר עלטערן, און אחת פאר טיטשעס,
¶23און אחת פאר זיך אליין, וואס דאס אלץ נעמט דאך דערפון וואס מ'איז גורם נחת למעלה, דער ”נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני”.
¶24אזוי ווי דא איז דא תלמידים פון תלמוד תורות און פון ישיבות קטנות און פון ישיבות גדולות, און תלמידים ווי גערעדט פריער, וואס וואס מ'זאל נישט תורן זייערע יארן בער צער טיפיקער, אבער זיי האבן בא זיך אפגעמאכט, אז זיי זיינען נאך יונג,
¶25זאגן זיי אלע צוזאמען לחיים און אלע צוזאמען אויף איינלכן ניגון און אלע צוזאמען אוועקגיין ”בדרך הטוב הישר” אין לימוד תורת החסידות און הנהגה בדרכי החסידות, און גיין אנטקעגן משיח'ן בקרוב ממש, לקבל פני משיח צדקנו.
¶26לחיים. לחיים.