עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

51 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דאס איז שוין ווי

2גערעדט מערערע מאל, און אויך ביים לעצטן פארברענגען י' טות כסלו, וואס דאס איז דאך דער ראש השנה, די תורת החסידות והליכה בדרכיה,

3ווי דער מאמר און דער ווארט פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער אין נאמען פון זיין פאטער, איז אז אידן קלייבן זיך צוזאמען איז דאך דאס א שמחה גדולה למעלה ווען מ'קלייבט זיך צוזאמען אין א התוועדות,

4ווי דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן וואס זיי האבן איבערגעגעבן וועגן פסקו משומעי נפקו אז ס'איז געווען א הוראה מלמעלה וועגן די גרויסקייט פון דער זאך,

5לכאורה, אז דערנאך אז מ'גייט זיך פאנאנדער איז דאך דאס א תנועה אין א צווייטע ריכטונג, אין א פארקערטע ריכטונג, איז דערפון גופא וואס י' טז כסלו ווערט דאך אנגערופן ראש השנה די קאפ פון יאר בנוגע צו עניני חסידות, זעט מען דאך,

6אז ווען איז דאס א קאפ ווי א קאפ דארף זיין, און א געזונטע קאפ, ווען זי האט צו זיך א גוף, וואס באשטייט פון מערערע אברים ווי גידים,

7און זי פירט-אן מיט די גידים און מיט די אברים ווי זיי געפינען זיך יעדערער אין זיין ארט, אף על פי וואס יעדער אבר האט דאך אן ארק, א נערב, וואס איז פארבונדן מיטן קאפ, און דארט געפינט זיך זיין נקודה, וואס פירט-אן מיטן אבר,

8ווי דער אבר געפינט זיך אין זיין ארט, איז די קאפ איז א געזונטע, ווען ניט נאר אז זי האט דעם אבר ווי ער שטייט אלס א נקודה אין קאפ, נאר דאס איז מערניט בכח, א קאפ זאל זיין געזונט און ס'זאל זיין בשלימות דארפן זיין די אברים יעדערער אין זיין ארט,

9די גידים די אדר'ן יעדערע אין זיין ארט, זיי דארפן אבער האבן א לעבעדיק און א שטענדיקע פארבינדונג מיטן קאפ, אויספירן די אנווייזונגען וואס די קאפ גיט זיי אן, און דוקא יעדערער אין זיין ארט זאל אויספירן די ענינים וואס קען אויסגעפירט ווערן דוקא אין דעם ארט פון דעם אבר,

10וואס דאס קען גאר ניט אויסגעפירט ווערן ווי דער אבר געפינט זיך אין קאפ.

11אזוי אויך בהנוגע אז אידן קלייבן זיך צוזאמען אין ראש השנה לחסידות, מיט א כוונה פנימית און מיט אן אמת'ער כוונה, אז יעדערער זאל שטארקן זיך און אלעמען ארום זיך,

12און צוזאמען פאראיינציקן זיך מיטן בעל הגאולה מיטן אלטן רבי'ן, וואס יו תת קיצלו איז דאך זיין יום-טוב, און וואס ער האט דעמאלט אנגעזאגט, אז דאס זאל דערנאך ווערן א יום-טוב, ביז לדורי דורות, ובלשון הידוע עשה לנו ”ניסים בימים ההם ובזמן הזה”, ווי דערציילט אין די שיחות פון נשיא דורנו פון שווער,

13איז דאך דאס די השפעה פון יענעם דור אויף אלע דורות, און אזוי אויך אין יעדער יאר די השפעה פון י'ט' כסלו אויף די אלע טעג פון דעם יאר וואס גייען נאכדעם,

14דורך דערויף וואס מ'האט א לעבעדיקעין זכרון וועגן די החלטות טובות וואס מ'האט אנגענומען אין טאג פון י'ט' כסלו, לעבעדיק מיט דעם גאנצן חיות און מיט די חסידישקייט, און מיט די ערנסטקייט מיט וועלכע מ'האט אנגענומען די החלטה אין טאג פון יו ט' כסלו.

15און ס'קומט נאך צו דער ”המעשה הוא העיקר” אז אין טאג פון יו ט' כסלו, אדער אין די התוועדות וואס נאכדעם, איז דאס געווען אין אן אופן פון א החלטה פון א באשלוס אין מחשבה אדער אין דיבור,

16קומט דאס דערנאך אראפ אין מעשה בפועל, ”אין מעשה הוא העיקר, אין” משך פון דעם גאנצן יאר, און דאס קומט אראפ אין דער פולסטער מאס, און אין דער שלימות'דיקער מאס, ווארום דאס ווערט אנגעפירט פון דער קאפ פון די החלטות פון יו טס כסלו,

17צוזאמען דערמיט האט דאס אבער אויך אט די מעלה, וואס דעמאלט ווערט די החלטה א מעשה בפועל, וואס דורך דעם רוף קומט די שלימות פון דער החלטה,

18אז מ'זעט אז דער באשלוס איז אראפגעקומען געווארן אין א מעשה בפועל בנוגע זיך, אראפגעקומען במעשה בפועל בנוגע צו דעם גאנצן ארום זיך, ווי דער אלטער רבי, בעל הגאולה פון יום ט' כסלו, איז מאריך אין פרק לב אין תניא,

19וועגן די גרויסקייט און די וויכטיקייט, און דאס איז ”כל התורה כולה”, פון איינווירקן אויף א צווייטן אידן, ביז אין אן אופן פון כמוך.

20און דאס קומט אראפ בפועל במשך פון א גאנצן יאר, אז מ'האט א גאנצן יאר וואס ער איז גאנץ אין חסידישקייט און אין ווארעמקייט און זיכער מיט אידישקייט,

21און ס'קומט אויך ארויס, וויבאלד אז ס'איז דאך פארבונדן און ווערט אנגעפירט פון יו ט' כסלו, אויך אויף ממלא-זיין, ערפילן די החלטה פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” וואס אט דעמאלט ווערט דאך דער יאר, א יאר וואס 'קאתי מר דא מלכא משיחא', אז שוין אין אנהויבס פון דעם יאר, בסמיכות צו יו ט' כסלו,

22האט מען שוין דער ביאת משיח צדקנו בפועל, איז דערנאך דער גאנצער יאר א יאר של גאולה.

23וואס דאס ברענגט מיט זיך אויך די אלע ברכות וואס ס'הויבט זיך אן יעדערע פון זיי מיט אן אות פון אלף-בי ת, בפרט אויך ווי די ברכות שטעלן זיך אויס אין די אותיות פון אלף-בי ת, ווי גערעדט מערערע מאל,

24אז דאס איז א שנת אורה און א שנת ברכה, און א שנת גילה, און א שנת דיצה, און א שנת הוד והדר, און א שנת וער טוב, און שנת זכיות רבות, און שנת חום וחסד, און שנת שנה טובה, און א שנה פון יו ד טוב, און א שנת כלכלה, און שנת לימוד בהצלחה,

25און שנת מרומים און שנת ניסים גדולים און שנה פון סימן טוב און שנת שנת עוז און שנת בדות און שנת צהל און שנת קדושה און שנת רוממות און שנת שמחה וששון און שנת תהילה,

26צוזאמען אז דאס איז אויך א שנת תשובה ותפילה ותורה, ווי דערמאנט פריער אויך אז דער אלטער רבי פארבינדט זיך זיין גאולה אין דעם מכתב הידוע מיטן פסוק פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי”, וואס דאס איז דאך כולל די ג' עמודים,

27די ג' כללות'דיקע ענינים פון אידישקייט און תורה ומצוות, דער ענין פון 'עוסק בתורה' לערנען תורה, און במילות חסדים דער ענין פון צדקה ומצוות בכלל, און דער ענין ומתפלל אין עבודת התפילה.

28און טאן אין די אלע ענינים, ווי מ'לערנט אויך אפ, מ'שטייט דאך איצטער איז דאך די נאכט פון דעם טאג פון ערב חנוכה, אז די גאנצע מעת-לעת ווערט אנגערופן ערב חנוכה מ'גרייט זיך, אויף מקיים זיין די מצות חנוכה ווי ס'דארף-צו-זיין.

29וואס די מצוה, די התחלה פון דער מצוה, הויבט זיך דאך אן, אז נאך איידער מ'דאווענט מעריב, על אחת כמה וכמה איידער מ'זאגט 'על הניסים' אין תפילת מעריב אדער אין ברכת המזון, איז שוין צו מנחה קלייבן זיך אידן צוזאמען, מתפלל אים הציבול,

30אין א בית הכנסת, אין א שול, און דארטן פירט מען אריין שוין די חנוכה מיט א דלקת 'נר חנוכה', צוזאמען אויך מיט די ברכה פון ”שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה”,

31און מ'ווייס גלייך, אז מ'צינדט אן טאקע דערוויילע מערניט ווי איין ליכטל, דאס איז אבער א פך קטן וואס איז כולל אין זיך די אלע ליכטלעך פון גאנץ חנוכה, און יעדערער ווייס, אז גלייך אויף מארגן וועט ער זיך ניט באגנוגענוען מיט איין ליכטל,

32און וועט מאכן נאכמער ליכטיקער, דורך אנס מוסיף זיין אן אור, און אזוי אויך א טאג נאך א טאג, אלע זיבן טעג וואס נאכן ערשטן טאג פון חנוכה,

33וואס די זיבן טעג זיינען דאך כולל שליסן זיך אין זיך איין אלע שבעת ימי בראשית פון א זונטיק און מאנטיק און דינשטיק און מיטוואך און דערנעדשטיק און פרייטאג און שבת, און זיי זיינען אלע פארבונדן, וואס פון טאג צו טאג, איז דעם ערשטן פון די זיבן טעג,

34ווארום ס'קומט נאכן ערשטן טאג, צינדט ער שוין אן צוויי ליכטלאך, און אזוי איז ער מוסיף פון טאג צו טאג, און ער דארף דאס אנצינדן אז ס'זאל אויך זיין פתח ביתו מבחוץ,

35מאכן ליכטיק אויך פאר די אידן וואס געפינען זיך דערוויילע מאיזה סיבה שתהי' פון בחוץ פון א אידישער הויז אדער בחוץ פון אידישקייט, אז אויך זיי זאלן דערזען, אז א איד האט אנגעצונדן א 'נר חנוכה' און פרעגט ער וואס איז דאס,

36דערציילט מען אים צינדט מען גלייך אן דעם פינטעלע איד וואס איז ביי אים, דער ”נר הוי' נשמת אדם” די אידישקייט וואס אין זיין נשמה,

37וואס זי איז דאך גאנץ בא יעדער אידן און בא אלע אידן, און ער הויבט גלייך אן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אויך אין אן אופן פון הוליך ומוסיף ואור,

38און די אלע ליכטעלעך קלייבן זיך צוזאמען און ס'ווערט פון זיי א נר גדול, וואס דאס ווערט פארבונדן מיט ”קהל גדול” אז מ'מאכט פון אלע אידן איין און איינציקן פאלק אויך בגלוי, אף על פי וואס מ'פארט זיך פאנאנדער אין פארשידענע ערטער,

39און יעדער האט זיך זיין באזונדער שליחות ווי אזוי צו פארשפרייטן אידישקייט אין זיין קרייז און אויף זיין אופן, און לויט זיינע כשרונות, האבן זיי אבער די נקודה פנימית,

40דאס וואס פאראיינציקט זיי אלעמען, אין דעם עיקר, אז דאס ווערט א ”קהל גדול” אן איין און איינציקער קהל, און א גרויסער קהל, וואס זיין שליחות איז,

41אז מ'זאל זען אז 'גדול הוי' ומהולל בעיר אלקינו' אז דער אויבערשטער ווערט געלויבט בעיר אלקינו אין ירושלים עיר הקודש בא רצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”,

42וואס דארטן ווערן דאך אלע אידן צוזאמענגעקליבן אלס א ”קהל גדול” על ידי משיח צדקנו, און מ'האט אין זיך פנר מצוות ”ותורה אור”, תורה און מצוות אין דער שלימות, מיט אלע אפטייטשן אין שלימות,

43וואס דאס היילט נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז גלייך פון די איצטיקע לעצטע רגעים פון גלות טאנצט מען צוזאמען מיט משיח צדקנו אין 'ארץ הקודש', און דארט גופא אין ירושלים ”קרית מלך רב”, אין דער הויפטשטאט פון 'ארץ הקודש', און דארטן גופא אין הר הבית,

44און דארטן גופא אין בית-המקדש, וואס דארט איז מען מקיים ובליקו ”נרות בחצרית קדשך” וואס דאס גייט דאך במיוחד אויף נרות חנוכה,

45ווי מ'זאגט אין 'על הניסים', און זיכער אויך אראה לכם די נרות פון בהעלותך את הנרות ווארום ”וקיצו ורננו שוכני עפר” ואהרן ומשה עמהם און מ'איז זוכה מתחזינה עינינו מ'זעט ווי אזוי אהרן צינדט אן די מנורה הקדושה אין בית המקדש השלישי,

46בירושלים ”קרית מלך רב” פון גאנץ ארץ ישראל, און אלע אידן שטייען דערביי און זעען דאס אויך 'בעיני בשר', וואס ”כן תהי' לנו”, ובמיוחד אז מ'וועט נאך מוסיף זיין אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי' נאך מערער וויפל מ'האט מחליט געווען בי"ט' כסלו.

47וואס דערפאר וועט מען אויך מסיים זיין דעם רעדן מיט פאנאנדערטיילן און געבן יעדערן פון אייך א שליחות של צדקה, אז קומענדיק יעדערער למקומו זאל ער דעם דאלער וואס ער איז דא באקומען, אדער דעם חילום זיינעם, אפגעבן אויף א ענין של צדקה.

48און צדקה האט דאך א סגולה מיוחדת וואס ”גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה” נאך מערער ווי אחישנה.

49און דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט י'ט.

50כיצלו, ווי דער אלטער רבי שרייבט, אז די גאולה איז אויך געווען בזכות הצדקה וואס מ'האט געגעבן, און מחליט געווען אויף געבן נאכמערער, און די אלע ענינים זאלן זיין אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור אז דער אויבערשטער וועט מוסיף-זיין אין זיינע ברכות מיט אלע אותיות פון אלף-בי,"'

51וואס זיי זיינען דאך כולל בני חיי ומזוני רויחא ובכולם רויחא, צו יעדערן פון אייך, ובתוך 'כלל ישראל', צו יעדער אידן בכל מקום שהוא, ביז צו די ברכה העיקרית, ווי דערמאנט פריער די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions