transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1א ענין פון א בר-מצוה איז דאך פארבונדן מיט א שנה חדשה, וואס דאס איז דאך אויך די שייכות מיוחדת, ובהדגשה, מיט יט' כסלו, וואס דאס איז דאך אויך ווי רבותינו נשיאינו האבן מגלה געווען און מפרסם געווען, און פארשפרייט אומעטום אז דאס איז א ראש השנה לתורת החסידות ולדרכיה.
¶2און וואס דאס איז דאך 'פנימיות התורה' והמצוות, ווי די פנימיות פון יעדער אידן, נרקטנם ועד גדולם, און וואס דאס שטייט בהדגשה נאך ווען מ'ווערט אן איש וואס דאס איז דאך בר-מצוה אדער בת-מצוה, איז דאך דאס דעמאלט בהדגשה אז ס'הויבט זיך אן א נייע תקופה פון א בר-דעת ומחוייב במצוות,
¶3כולל אויך וואס ער איז זכאי במצוות, ”מצוה ועושה”, וואס דאס איז דאך אויך כולל דעם שכר הכי גדול פון די וואס האבן אים געהאדעוועט און מחנך געווען, ביז וואנענט וחזקת וגדלת והיתה לאיש דער פאטער מיט די מוטער מיט די גאנצע שטוב מיט דעם גאנצן ארום,
¶4וואס האט אים געבראכט צו אט דעם צושטאנד, וואס דערפאר איז דאך האבן זיי דאך אויך א חלק הכי ”עיקרי וגדול בכל” ענינים אלו, און דאס קומט אלץ צוזאמען מיט דעם ענין פנימי ועיקרי וואס ער איז געווארן א בר-מצוה, און דורך דערויף איז צוגעקומען בכל עם ישראל נאך א איד, וואס בשעת ס'קומט צו א איד קומט דאך צו אן 'עולם מלא',
¶5בפרט נאך ווען דאס איז א איד א דמה לעליון, צווישן בני אדם עצמו און צווישן בני אדם הראשון איז אן אמת'ער ”אדם, אדמה לעליון”, וואס דאס איז דאך יעדער איד און אלע אידן, און אז ס'קומט-צו איינער איז קומט-צו אין יעדער אידן און אין אלע אידן און אין 'כלל ישראל' א הוספה עיקרית.
¶6וואס ביז וואנענט אז דאס איז דאך ווי דער פסק-דין הרמב"ם הידוע, אז אפילו אז ס'קומט-צו איין און איינציקע מעשה, או אפילו דיברה ומחשבה איז דאס מכריע ”עצמו וכל העולם כולו”,
¶7על אחת כמה וכמה אז ס'קומט-צו אן 'עולם מלא', א איד איז דאך מכריע כל העולם כולו, אנהויבנדיק פון 'כלל ישראל', און די גאנצע וועלט, און אלע וועלטן, וואס זיי זיינען דאך אלע תלוי,
¶8אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו, און ווי ידוע די דוגמא און משל וואס דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה פון י' טס כסלו און כסלו זאגט, אז בשעת ס'איז דא א בנין, איז דער גאנצער בנין האלט זיך אויפן חלק הכי תחתון שבו, דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו עולמות,
¶9אז דאס האלטן זיך אלע אויפן עולם הכי תחתון שאין תחתון למטה הימנו, ועל דרך זה אויך אין חיי האדם עצמו, אנהויבנדיק פון דעם בר-מצוה, האט ער דאך די הוראה כללית ועיקרית, אז ”המעשה הוא העיקר” וואס דאס איז דאך די מעשה און דער כח הכי תחתון פון אלע כחות האדם,
¶10און אין דער מעשה גופא די מעשה ווי זי איז פארבונדן מיט דעם יד גשמי, אדער רגל גשמי ואברים גשמיים, וואס דאס איז דאך דער גשמי שבאדם שאין תחתון למטה הימנו.
¶11און דאס פועל"ט אויף, אז ס'זאל זיין 'כל עצמותי תאמרנה' דאס הויבט אויף דעם גאנצן בנין, און ווי דער אלטער רבי איז מבאר אויך אין ספר תניא קדישא,
¶12אז ”המעשה הוא העיקר” ביז אין יעדער מצוה און אין אלע מצוות איז נוגע צום אלעם ערשטן, און דאס איז דער עיקר און יסוד וואס אויף דערויף ווערט אויפגעבויט, אז ס'דארף זיין צום אלעם ערשטן דער הדגשה במעשה בפועל.
¶13דערנאך גיט מען א אידן א כח, ווי די אפלערנונג פון ימי חנוכה, הסמוכים וקרובים, וואס דעמאלט איז דאך מוסיפים ”ומעלין בקודש” מידי יום ביומו,
¶14אזוי אויך אין דעם זעלבן טאג, פון די מעשה בפועל שטייגט ער אלץ העכער און העכער, ביז וואנענט ער קומט צו 'יחידה שבנפש' שלו, וואס דאס פארבינדט מען מיט 'יחידה שבנפש' פון כללות'דיקע, וואס דאס איז משיח צדקנו,
¶15וואס דורך דערויף איז ער אויך מקרב און מזרז די ביאת משיח צדקנו, כמדובר כמה פעמים און אויך ווי דערמאנט פריער, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז נוסף צו די ברכות וענינים וואס ס'האט זיך גערעדט פריער,
¶16וואס זיכער איז דאך יעדערער פון אייך בתוך 'כלל ישראל' נכלל אין דעם שטייט נאך איינער אן ענין כללי, ועיקר ובגלוי, אז ”היום הזה נהייתו לעם”, ווי ס'איז געזאגט געווארן אויף כללות ישראל,
¶17אזוי איז אויך ”היום הזה נהייתו” לאיש בשעת מ'ווערט א בר-מצוה אדער בת-מצוה, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק איינער פון די טעמים אויף דעם מנהג וואס איז אנגענומען געווארן לאחרונה, אז א בר-מצוה אדער א בת-מצוה אין דעם טאג וואס ער ווערט א בר אדער בת-מצוה, און אויב דאס איז שבת ויום-טוב,
¶18אין די יום שלפני זה ושלאחרי זה איז ער מוסיף אין כללות המצוות, וואס ער האט שוין אויך געטאן אין דערויף מצד חינוך לפני זה, על אחת כמה וכמה אין די מצוות וואס ער טוט לאחרי בר-מצוה,
¶19איז ביום זה עצמו, וויבאלד אז דאס איז דער ערשטער טאג פון מצובה ועושה איז ער מוסיף במיוחד אין דער ענין הצדקה, וואס איש כולה כנגד כל המצוות, וואס דאס איז דאך אויך דער מנהג הידוע דערמאנט פריער אז דער בר-מצוה און בת-מצוה ביום וואס זיי ווערן אין א בר אדער בת-מצוה גיבן זיי לצדקה,
¶20און אויב זיי טוען דאס בכל יום גיבן זיי דאס בהוספה, און א הוספה מרובה על העיקר, על צדקה הרגילה שלו.
¶21און מה טוב, אז אויך די אביו ועמו והקרובים שלו זיי זיינען אויך מוסיף בצדקה שלהם ביום זה, וכמדובר כמה פעמים בארוכה.
¶22וואס דערפאר איז דאך אויך אויף מצטרף זיין זיך לעושה מצוה, ובפרט נאך ווי אזא שמחה גדולה, ווי ער זאגט אין תיקוני זהר, אז ביום פון א בר מצוה איז אני היומי לידי תיך און דאס איז בדוגמא פון א שמחה הכי גדולה, א שמחת חתונה, כמבואר אין תיקוני זהר, און מבואר אויך און פארשטאנדיק פון דרושי חסידות בכלל,
¶23און דרושים פון חסידות פארבונדן מיט בר-מצוה.
¶24וואס דאס איז דאך אויך ווי כמרגיל בכגן זה, ובפרט נאך אז דאס קומט בהמשך צו יט' כסלו פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך דאס נמשך במיוחד אין חוץ, אין דעם כח העשי', וכמדובר לעיל.
¶25וואס דאס איז דאך אויך די הדגשה בדבר, ובמיוחד אין יום הבר מצוה, דער בת מצוה, זיך אויך משתתף זיין אין דערויף, דורך געבן יעדערן פון די וואס זיי געפינען זיך דא, אנהויבנדיק פון די בר-מצוה און זייערע קרובים, אויך א שליחות מצוה, די צדקה וואס שקולה כנגד כל המצוות צו א דאלאר,
¶26און דאס מצרף זיין צו די צדקה וואס יעדערער פון אייך וועט געבן כפי נדבת לבו הטהור, און די אלע צדקות זאלן זיך מצטרף זיין, און צוהייל נאך מערער דעם ”לך הוי' הצדקה” בכל הענינים, ובמיוחד אין דער צדקה הכי גדולה, אין די גאולה האמיתית והשלימה.
¶27ובפרט נאך אז מ'וועט אויך טאן אין כל המנהגים הקשורים בזה, וואס דאס איז אויך כלול אויף אפלערנען דעם טאג אדער לפניו ולאחריו דעם מזמור י ד פון ”נעים זמירת ישראל” אין ספר התהילים, און אזוי אויך די הקרובים שלו,
¶28נוסף וואס ער אליין, אדער די בת-מצוה אליין, טוט דאס, און דאס זאל נאכמערער מוסיף-זיין אין דעם ”ילכו מחיל אל חיל” וואס אמיתית ענין ההליכה הויבט זיך דאך דאס אן ווען ער ווערט א ”מצוה ועושה”, אדער די די מיידעלע ווערט א מצוה והותה.
¶29און דאס אלע וועט אונז אלעמען צוהיילן, אז יעדערער פון אונז וועט מקיים-זיין אויך די מצוה וואס קוינו כל ”היום וכל היום” אויף ארויסגיין פון גלות און ארויסגיין קוממיות,
¶30'ובשמחה ובטוב' לבב, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער ושם ”נעשה לפניך כמצות רצונך” דער ”מצוה ועושה” ”כמצות רצונך” בתכלית השלימות, במהרה בימינו ממש, ובגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶31און זען און זוכה זיין און זען און זיך משתתף זיין אין חנוכת בית המקדש השלישי, שיבנה על ידי משיח צדקנו אדער אין א העכערן אופן, וואס ער איז יורד זיין מלמעלה, כמדובר כמה פעמים אן אזוי אדער אזוי דער עיקר, אז מ'גייט ארויס 'בשמחה ובטוב' לבב,
¶32און אין אן אופן פון ”ואולך אתכם קוממיות” פון גלות, און מ'גייט אריין אין א זמן וואס ”נעשה לפניך כמצות רצונך” בתכלית השלימות, דורך דערויף וואס מ'גרייט זיך שוין דערצו,
¶33'בזמן הגלות', ובפרט אין עקבתא דמשיחא, און במיוחד אז ס'קומט דער יום זכאי וואס מ'ווערט א מצובה ועושה מיט אלע החלטות טובות הקשורות בזה.
¶34און ס'ווערט בקרוב ממש דער ענין אז 'וישב יעקב' אז פון דערויף וואס יעקב איז ביקש 'לשב בשלווה' ווערט מקויים דאס בפועל, אז ס'ווערט דער שלום ושלווה אין אן אופן ווי דערמאנט פריער ”פדה בשלום” נפשי ווערט ער דערנאך אין א נותן של התיישבות, ”בארץ מגורי אביו בארץ כנען” בארצנו הקדושה,
¶35די בנים ”ותיקונים במהרה בימינו”, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.