פסקה
פסקה rh-c9skd3sk
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-tyjnnya8
- order
- W4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מיט נאכמער אידישקייט און מיט נאכמער ליכטיקייט, זאל ער ניט טראכטן, אז וויבאלד אז דאס איז געווען א פאסירונג מיט מערערע יארן צוריק, במילא איז וואס קען ער איצטער טאן אין דעם, וויבאלד אז דאס איז א חלק פון זיינע יארן, איז דאס א חלק פון זיין נשמה און פון זיין חלק אלוקה ממעל ממש, איז דאס א זיכערע זאך, אז ס'איז ניטא קיין פארפאלק, ווארום דער אויבערשטער אליין איז אים מסייע, אז ער זאל קענען ערגענצן ביז אין תכלית השלימות די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זיין לעבן פון דעם ערשטן רגע וואס ער וואס ער אדער זי איז געבארן געווארן, וואס דעמאלט איז דאס שוין געווען א חלק אלוקה ממעל ממש, און שוין פון דעם ערשטן רגע אן, איז דער חלק אלוקה ממעל ממש געפינט זיך אין אים אין אן אופן, אז מיט דעם כח פון דעם חלק אלוקה ממעל ממש זעט ער כמה ענינים ארום זיך, און באוועגט מיט אלע זיינע אברים, און מאכט זיי נאכמער געזינטער, מיט אידישקייט, און וויגט אזוי אויך און פארשאפט נחת רוח אמיתי צו די אלע וואס געפינען זיך ארום אים, על אחת כמה וכמה צו די עלטערן און זיידעס און באבעס און מחנכים ומחנכות פון דעם ערשטן רגע אן, וואס ידעו נשמתו אדער נשמתה למטה, און ס'איז ניטא אין דערויף קיין פארפאלן חס ושלום, אז וויפל יארן ער זאל ניט האבן, אפילו אז ער האט שוין די הונדערט און צוואנציק יאר, זאל ער ממלא-זיין אויך אט די ענינים אין וועלכע ער האט געקענט טאן מיט נאכמער שלימות, ווי ער האט זיי געטאן בפועל זינט דעם ערשטן רגע ווען ער אדער זי איז ארויס לאויר העולם געבארן געווארן, און טאן מתוך שמחה וטוב לבב
- proofread
- 0