עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-c84qak3s

kind
paragraph
order
8J
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי דערציילט אין פשוטם של מקרא, וועמען ער זאל ארייננעמען און וועמען די טובה האט גאר מלכתחילה ניט געלאזט אז מ'זאל קענען אריינגיין אין דער טובה, דערפאר זיי זיינען ניט גענוג אויסגעלייטערט אויף קענען זיין אין דער טובה, קומט צוגיין דער חומש און ערקלערט א בן חמש למקרא, אז כל זמן מ'האט געדארפט אויסגעהיט ווערן פון א מביל אט דעמאלט הייסט דער אויבערשטער ווי אזוי מ'זאל זיך אויסהיטן, און באזארגט אלע צרכים כדי דער זאל אויסגעגיטן ווערן מיט תכלית השלימות, און זאל ניט זיין פארבונדן ניט מיט אונגר און ניט מיט אנדערע צרכים, ווארום ס'ווערט אלץ פארטיק צוגעשטעלט פון דעם אויבערשטן דורך זיינע שלוחים, וואס זיינע שלוחים זיינען צדיק און תמים הי'א צדיק פון א תמים ווי דאס האט דאך א ספעציעלע אונטערשטרייכונג אין היינטיקן יאר, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז א שנה תמימה, ביז וואנענט אז דאס דריקט זיך אויך אויס ניט נאר אז ס'קומט חודש אדר, וואס דעמאלט קומט דער דרייצנטער חודש, נאר גלייך ווי ס'הויבט זיך אן דער יאר, ווערט דער גאנצער יאר אנגערופן שנה תמימה וואס על דרך זה זאגט מען, אז דאס איז געווען די הנהגה פון נועח'ן, ביז וואנענט אז ער ווערט אויף אייביק אנגערופן בתורה, אז ער איז געווען תמים הי,"' ווי גערעדט בארוכה אויך די טעג לפני זה, במילא, אז ס'קומט דערנאך חודש תשרי, ובפרט פאר מענטשן וואס זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions