עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-c1pp3899

kind
paragraph
order
Wd
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כל הדורות, און וואס יעדער נשמה וועט דאך בקרוב ממש האבן תחיית המתים, צוזאמען מיט גאולה האמיתית והשלימה, וועט דאך דעמאלט זיין אלע נשמות צוזאמען דער אמת'ער קיבוץ גליות און אמת'ער קיבוץ נשמות און דער שלימות'דיקער, אז מ'קלייבט צוזאמען די נשמות פון אלע דורות צוזאמען, אנהויבנדיק פון דער נשמה פון משה רבינו און די נשמות פון יעקב און פון אלע אבות, און אויך די נשמות פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, און יעדערער פון אייך די נשמות פון די אור-זיידעס און אורבאבעס, על אחת כמה וכמה פון די נשמות פון די לעבעדיקע עלטערן און לעבעדיקע זיידעס און באבעס, אז זייענדיק מיטן גוף צוזאמען איז מען זוכר, ווי דערמאנט פריער, תיכף ומיד, לפעולה האמיתית והשלימה, דעמאלט וועט אויך זיין דער שבט לוי, ניט נאר דער יורה משפטיך ליעקב דאס איז דאך אפילו אין גלות, נאר אויך ווי דער המשך הכתובים וועט אויך זיין די לויים בדוכנם צוזאמען, וואס פון שבט לוי איז דאך אויך געווען די כהנים בעבודתם, וואס זיי זיינען געווען ילוה עליך אויף יעדער שבט און אויף אלע
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions